| נשלח ב-2/12/2005 00:43 |
|
| |
נושא אלומותיו: בחירות
יאך וויל עפענען דיזען אשקול פאר וואלן, דאס שטיינס צו זאגן אילע מאל ווען פאלט ביי עפעס פאר עימיצין, און ער האלט אז מ'דארף דארויף האבן דעם דעת הציבור, זאל ער אס ביטע הער אריינשטעלן, יאך קלער ס'זאל גיין אין אזא סדר די ערשטע אישו זאל הייסן נומבער 1, און דאן די נומערן אויף וואס מ'וואוט, דערויף עימיציר וויל צולייגן א אישו זאל ער ביטע שרייבן אישו נומער 2, און דאן זאל דער עולם קענען וואוטען פאר ביידע אישוס, און אנרופן יעדן אישו ביים נומער.
און יאך וועל זיך נישט שפארן און יאך וועל זיין דער ערשטער אנצוהויבן זאל דער עולם קיין טענות נישט האבן.
אישו # 1
ווען איר שרייבט א גוט'ס, ערווארט איר פונעם עולם זאל רעאגירן:
1) סיהאט מיר געקאסט א לאך,
2) שיקן א מענטשעלע
3) זאגן געוואלדיג וכדו'
ביטע ענפערן אין קורצן, דזשאסט שרייבט דעם נומער פונעם אישו, און דאן די נומער וואס איר וואוט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 00:52 |
|
| |
#1
4)
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 01:06 |
|
| |
אישו 2#
האט התאחדות געהאט עפעס בעסער וואס צו טאן בשעת ער האט געגרינדעט דעם אשכול:
1) יא
2) ניין
3) איך ווייס נישט
4) עס קוקט אויס ווי א גאנצן טאג האט ער עפעס געהאט אסאך איבריג צייט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 01:11 |
|
| |
ער ארבעט ביינאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:05 |
|
| |
סאכדעס;
איך וויל צולייגן אן אמענדמענט צו דיין אישו נומער 1 :
4) סתם רעאגירן נישט קיין חילוק וועלכע נוסח.
און יעצט שטים איך אויף אישו נומער 1:
#4
------
בנוגע אישו #2
הממממממ......
נאמבער...... אוקיי זאל זיין 1#
וואס בין איך משוגע??!!! אודאי #2
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:11 |
|
| |
דרייט זיך אזוי 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' צווישן די טישן פון קרעטשמע, מיט זיין שמייכל אויפן פנים א-ווי תמיד, אפגעמיטשעטערהייט נאך א שווערן טאג ארבעט, און נייט זיינע אויערן צו געשפרעכן פון די קרעטשמער'ס.
מיט א זעלטן אויסגעגאסענעם צופרידנשאפט, הערט זיך אזוי חיים חייקל צו צו די פילע געשפרעכן פון די קרעטשמער'ס, ווי זיינע אידישע ברידער פארגייען זיך אין א שמועס, ווער מיט א גוט ווערטל; ווער מיט א פראגע און ווער מיט א ערצעהלונג. איבער אלעם איז קענטיג זיין אויסטערלישע צופרידנקייט פון די פילע געטראנקען וואס די קרעטשמער'ס טוען פארטרונקען בעת זייער פרידליכער פראברענג.
אט דארט, צווישן די טישלעך, הערט חיים חייקל ווי איינער פרעגט עפעס א מאדנער פראגע, אויסגעלייגט מיט מאדנע אויסוואלן אויף צו געבן אן אנטווארט.
חיים חייקלן קאסט דאס א שטיקל הויכ'ן שמייכל...
הא... ער ווארט אויף א 'שמייכל' בנוגע זיין 'שמייכל' פראגע...
חיים חייקל וויל תחילת נישט לאזן הערן זיין מיינונג, דען אלע אין קרעטשמע ווייסן סייווי אז חיים חייקל זאגט תמיד: מיר פארלאנגען נישט פון אייך גארנישט, איר דארפט גארנישט 'זאגן', מיר ווילן פון אייער מויל גארנישט 'הערן' מיר ווילן אויף אייער מויל נאר 'זען'... א שמייכל...
חיים חייקל בארעכנט זיך אבער און דריקט אויס זיין שטעלונג אז:
אויב ווארט איר עפעס צו הערן פון יענעמ'ס מויל, דאן זאלט איר בעסער נישט אנהויבן צו רעדן, ווייל עס וועט אייך פארגיין דעם אפעטיט נאך איידער איר וועט עספיען צו ענדיגן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:13 |
|
| |
א גוטען חודש חיים חייקל, וואונטש דער גראף פון דארף, די גאנצע באצירק איז היינט איינגעהילט אין א ראש חודש'דיקן אטמאספערע. ווי פלעגט רבי לייבל וויינשטאק זאגען, ראש חודש עסט מען טשאקאלאדע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:16 |
|
| |
חיים חייקל! חיים חייקל טייערער קומט צוריק!!! שרייט דער ראש הקהל נאך דעם פשוטן וואסער טרעגער ר' חיים חייקל וועלכער האט אנגעהויבן ארויסלויפן צעשראקענערהייט ציטערנדיג פון דעם גראף.
אבער דערזעענדיג דעם ראש הקהל שפירט חיים חייקל אז אויב אפילו זאל דער גראף אים וועלן טשעפען, איז דא ווער עס וועט זיך פאר אים אננעמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:27 |
|
| |
נעה.... סי גיט...
אבער דאך.
נעה.... דארף נישט גארנישט... סי גוט...
אבער דאך , עפעס כאטשיג.
נעה .. וואס מאכסט דיך נאריש... איך דארף נישט.. איך האב גענוג...
אבער ווייסט דאך.
נעה... אקעי... גוט... גיב מיר און שוין...
הע... כ'אב געמיינט דו דארפסט נישט ?!
נעה... איך ... דארף באמת יא... נאר איך שעם מיך צו בעטן...
אהא !...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 03:44 |
|
| |
איינער קען מיך פליז אויסלערנען וויאזוי מ'לייגט ארויף א מענטשעלע??
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 04:00 |
|
| |
אונטער די באקסעל ווי מ'שרייבט אריין די תגובה איז דא אויסגעשירעט א גאנצע רייע פון מענטשעלעך, קליק אויף איינע פון זיי און שוין.
|
|
|
|
|