| נשלח ב-4/12/2005 05:20 |
|
| |
~~~שאלות אויף פרשת ויצא~~~
מיר אלע ווייסן אז יעקב האט אפגעשמועסט מיט רחל "סימנים" כדי איר טאטע דער פאפער לבן זאל איר נישט אויפטוישן מיט איר עלטערע שוועסטער לאה, למעשה האט רחל איבערגעגעבן די סימנים פאר לאה כדי זי זאל נישט פארשעמט ווערן.
שאלה פון די וואך: וואס זענען געווען די סימנים וואס יעקב האט אפגעשמועסט מיט רחל?
==
אויב דער עולם וויל נאך שאלות, גרינגערע אדער שווערערע, זאל מען זיך מעלדן. אויף די פיר שאלות פון פרשת תולדות האט זיך אינגאנצן איינער אנגערופן, איבריג צו זאגען אז דאס גיבט נישט צו קיין חשק צו גיין ווייטער מיט די רובריק פון פראגן אויף די פרשה פון די וואך.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 23:26 |
|
| |
איך מיין אז די שאלות גייען אריין און גדר פון עובר זיין אויף תקנות הקרעטשמע, איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט אבער וואס ווייס איך?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 01:37 |
|
| |
יאנוש;
קודם כל מזל טוב!!! צום געבורט פון דיין קינד, השי"ת זאל העלפן זאלסט זעהן אסאך נחת פון דעם קינד און אלע קינדערלעך אי"ה.
שנית, ווייסטו דעם ענטפער? שרייב עס! ווייסטו נישט, וואס דרייסטו א קאפ?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 05:16 |
|
| |
קרעמער;
ח"ו נישט ווערן געפאלן ביי זיך ווייל דער עולם ענטפערט נישט, און א בחינה פון מאויבי תחכמינו, זאלסטו ניצן די זעלבע ענטפער.
"נישט יעדער וואס ליינט שרייבט אויך,
אבער אסאך ליינען און ס'איז זייער אינטערסאנט! "
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 15:53 |
|
| |
זעהט זיך אויס אז די וואס ענטפערן יעדע וואך זענען די יעניגע וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט קיין אוקריינא.
ווארט צו זיי וועלן אהיימקומען וועלן זיי אי"ה ענטפערן. נאר א קאפיטשקע געדולד.
אוי, נו גילו...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 17:22 |
|
| |
ביטע שרייב גרינגע אין שווערע מיר האבן שטארק הנאה דערפין
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 17:53 |
|
| |
יישר כח פאר די אלע וואס זענען מחזק די שאלות פון די וואך.
לכבודכם לייג איך ארויף נאך א שאלה:
2. ווער פון די צוויי האט געהאט פארוויינטע אויגן, לאה אדער רחל?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 18:04 |
|
| |
ס'איז מיר אינטער געבליבן א חלק פון מיין פריערדיגע תגובה, ני לאמיר פראבירן נאכאמאל.
אינמיטן די וואך האב איך געווענליך נישט קיין צייט צו לערנען חומש רש"י, (מדרש אפגערעדט) שבת לערן איך אבער אביסל, און אויף דיין קשיא פון די סימנים, דעס איז וואס ליגט מיר אין זכרון. נדה, חלה, און הדלקת הנר.
אויף דיין צווייטע קשיא, וויל איך געבן די געלעגנהייט פאר א צווייטן צו ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 18:18 |
|
| |
depands wen first it was liah then for 5 minits rochel and then back to normrl liah
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 18:24 |
|
| |
ועיני לאה רכות.
אויף די ערשטע שאלה;
עפעס די קליינע פינגער פון די לינקע פיס רעכטע פיס, מיט די אויער. על פי סוד, ועי' בכתבי אריז"ל ח"ש ב"מ אות י' ע"מ בח"ט.
ביי אונז אשכנזים פירט מען זיך נישט אזוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 19:17 |
|
| |
פענסטער;
זייער גוט! דאס איז איין שיטה.
די צווייטע שיטה איז ענליך צו וואס געשמאקער שרייבט, איך ווארט ער זאל עס בעסער נאכזאגען, ער מורמעלט און מומעלט און זאגט און זאגט, אבער ער זאגט דאך נישט...
==
אויף די צווייטע שאלה איז דא נאך שיטות...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 17:46 |
|
| |
ברוכים תיהיו, מערצעהאשעם ביי ענק אלע אויף שמחות.
לגבי די ערשטע שאלה, עם.. איז אזוי, די סמנים האבן געברויכט פארקומען אינעם שלאף צימער גלייך נאך די חתונה.
שוין קלארער דאס וואס גישמאקער מורמעלט זיך אינטער??
אגב האסט געמעגט טרעפן א בעסערן תירוץ אויף מיין אויבערשטןטענה, ניין???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 20:43 |
|
| |
צוויי שי' איינס פארקערט פון צווייטן:
א. לאה פארוויינטע אויגן ווייל זי האט מורא זי וועט חתונה האבן צו עשו
ב. רחל פארוויינטע אויגן ווייל זי האט מורה זי וועט חתונה האבן צו עשו
שי' רש"י: עיני לאה רכות. שהיתה סבורה לעלות בגורלו של עשיו, ובכתה, שהיו הכל אומרים שני בנים לרבקה ושתי בנות ללבן, הגדולה לגדול והקטנה לקטן.
שי' דעת זקנים: עיני לאה רכות. לשון רך וטוב, שהיתה נראית יפה וכו', אבל רחל היתה משובחת ביפיה אלא שהיו עיניה כואבות מן הבכי, לפי שראתה שתפול לגורלו של עשו, לפי שהיתה עקרה ויגרשנה יעקב וישאנה עשו.
צום באצייכענען, אז אין די גמרא אין בבא בתרא, איז דא א מחלוקת פון צוויי מ"ד איבער די טייטש פון ועיני לאה רכות. איין מ"ד לערנט, פשוט וויינען (די שי' ברענגט רש"י דא אין חומש), און איין מ"ד לערנט רכות מל' ארוכות, שמתנותיה ארוכות עיי"ש.
איז צום באמערקן אז דער אויבנדערמאנטער דעת זקנים איז גאר א דריטער פשט, לא כזה ולא כזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2005 21:06 |
|
| |
זרח;
צום באמערקן אז דער אבן עזרא ברענגט אראפ דעם פשט פון "ארוכות" פון איינעם "בן אפרים" וואס זאגט אז עס פעלט אן אל"ף ביי "רכות" און עס ברויך שטיין "ארוכות", און דער אבן עזרא שרייבט אז ער מיינט אז ביי "בן אפרים" איז דא אן איבריגן אל"ף וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 04:25 |
|
| |
קודם א מזל טוב!!! פאר אינזער משמש ערעב יאנאש
אסאך נחת,,,(אגב ווי איז די זכר/קידיש לאז וויסן ביטע)
אין צי דיר קרעמער ביטע געב נישט אויף, עס איז אייביג
גיט צו האבן עפעס מער טיף אין ליטוויש איבער צי זאגן
פארן שווער. האט ער לעצטנס שטארק הנאה געהאט,
עני וועי פליז קיפ איט אופ,,
טענק יא.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 05:56 |
|
| |
פארברענגן;
טענק יו ווערי מאטש, אבער זייט ווען איז דער אבן עזרא אדער דער חזקוני געווען א ליטוואק? 
|
|
|
|
|