| נשלח ב-4/12/2005 09:21 |
|
| |
די קוראן און אידיש
כ'ווייס נישט ווער עס דארף עס אבער אינטערעסאנט איז עס
==
לינק אראפגענומען.
תוקן על ידי - kraitchmer - 04/12/2005 13:50:24
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 10:07 |
|
| |
עס קען זיין אונז זענען נרדפים, און האבען אפשר לאנגע נעזער, און אונז זענען מעורר פראבאקאציעס, אבער הכל מודים אז קיין טיפשים זענען אונז נישט, און אונז ווייסע גאנץ גוט די גרעניץ פון מציאות און דמיון..
עס איז נישט קיין קונץ נאכצושרייבען יסודות וואס שטייט אין תורה מסיני, און כאפען א היטש דערמיט אויף די הבלים וואס ווערט דערמאנט אין קאראן.
לדעתי האט מוחמד געגלייבט אלעס וואס שטייט אין קאראן, ווייל ער איז קיין יוד נישט געווען...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 10:19 |
|
| |
זיי ביטע מסביר פאר די היימישע יודעלעך דא אין קרעטשמע, וואס ווילן זיך זעצן לערנען די קוראן..., וואס איז דאס קוראן? און פון ווי קומט עס?
תוקן על ידי - kraitchmer - 04/12/2005 13:51:42
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 10:23 |
|
| |
וואס איז געשריבן געווארן פריער, תורת משה, אדער להבדיל די קוראן?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 11:42 |
|
| |
דער קאראן איז געשריבען געווארען דארעך א יוד וואס איז געווען פון די יועצים פון מוחמד, אסאך שפעטער פון די תורה.
לויט געוויסע מקורות איז מוחמד געווען אן אלפאבעט נישט קענענדיג שרייבען און ליינען.
ביי די מוסלעמעינער איז אנגענומען אז די כביכול האט דאס געגעבען פאר מוחמד דארעך זיין שליח גבריאל (פרעג מיר אפ).
אנהייב ספר הכוזרי ווערט אביסעל ארים גערעדט וועגען דעם ספר.
די עיקר וועג וויאזוי די איסלאם האט פראבירט צו אריין כאפען אינטער זיין פליגעל די וועלט איז געווען דארעך דעם וואס זיי האבען געשטעלט זייערע יסודות אז עס איז געמאכט פאר יעדעם. נישט אזוי ווי להבדיל די תורה וואס איז א מתנה נאר פאר כלל ישראל און א גוי וואס וויל זיך אויפפירען ריכטיג דארף זיך אלייןס פלאגען זיך אויס צולערנען די רצון הבורא.
די עיקר פראבלעמאטיקע מיט די קאראן איז:
1. קיינער האט נישט געזען ווי מוחמד האט דאס באקומען (ווען איינער זאגט מיר אז א מלאך האט זיך באוויזען צו אים, טראסט איך אים נישט מיט קיין ניקל).
2. ער זאגט גארנישט צו פון 'דער' וועלט נאר פון יענע וועלט, און קיינער איז נאכנישט צוריק געקומען זאגען אז עס איז מקויים געווארען, לעומת זאת להבדיל תורתינו הקדושה זאגט צו אויף די וועלט אם בחוקותי תלכו ונתתי גשמיכם בעתם, וואס מ'קען זיך אליינס איבער צייגען צו עס ארבעט אדער נישט.
3. די מתנה וואס ער זאגט צו איז א גשמיות'דיגע מתנה און גשמיות'דיגע מושגים, וואס איינער וואס האט געלט קען זיך דאס אליינס ערלויבען אביסעל מער אביסעל ווייניגער, קומט אויס אז פאר אזא איינעם איז די קאראן נישט געמאכט געווארען, ווייל פארוואס עפעס זאל ער מוותר זיין אויף א פרייע לעבען ווען ער קען האבן וואס ער וויל + די וואס די קאראן זאגט צו.
אויסטוישען די תורה מיט די קאראן איז זיננען לאז, אויב שוין יא טויש עס איין אויף רעפארם אדער אתאיזם וועסטו האבען עולם הזה (אויך נישט זיכער. אפשר פאר'ן מינוטיגע הנאה קען זיין, קיין 'אושר' [=גליק] גלייב איך נישט אז מ'האט)
תוקן על ידי - כורמיזא - 04/12/2005 11:42:36
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 12:17 |
|
| |
סוף כל סוף דינט מען די זעלבע איין איינציגע באשעפער איבעראל. נו וואס א נפקא מינא. וואס די שכר איז, דאס ווייסט מען סייווי נישט ביז מ'קומט אן אהין.
גלייבן: גלייבט יעדער וואס מ'האט עם פארציילט אלץ קינד, און אין וועלכע סביבה מ'איז אויפגעוואקסן.
הצד השווה שבהן: קומען אין קרעטשמע, טרינקן און לאכן, און לעבן א גוטען טאג, שמיסען, און שמייכלען. אויסגעהאלטן על פי תורה, און על פי מענטשלכקייט. ס'זאל זיין צו גאט און צו לייט
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 13:44 |
|
| |
ס'איז נישט אינגאנצען ריכטיג וואס דו שרייבסט.
לויט די קאראן דארף מען גלייבען אז מוחמד איז א נביא, וואס על פי תורה איז דאס נישט אויסגעהאלטען.
עס איז דא אסאך גרויסע חילוקים פון זייער גלויבען און להבדיל אונזערע, איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, עס איז דא גענוג ספרים וואס איז דן אין די נושא.
בקיצור קען מען עס שרייבען אזוי:
די געזעצען פון די תורה הקדושה זענען אין די מהות די מטרה, דאס הייסט אז ווען די תורה הייסט למשל מזאל היטען שבת, איז נישט די סיבה ווייל מ'זאל עפעס פארדינען דערפון, נאר די מטרה איז די היטען אליין, און אפילו מ'דארף בויען א משכן פאר'ן כביכול ב"ה טאר מען עס נישט מחלל זיין, לעמותם להבדיל אין די קאראן איז דא קלענערע מטרות און גרעסערע מטרות, די גרעסערע מטרה ווארפט אלעמאל אוועק די קלענערע, און די מטרה איז מקדש אמצעים, און אויפן חשבון פון מאכען די גאנצע וועלט מוסלמים מעגען מען זאגען שקר למשל און עס איז מותר, איי שקר אליינס איז אן עבירה? נאר די תירוף איז אז שקר איז אן עבירה נאר ווען עס שטערט נישט פאר די מטרה.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 13:50 |
|
| |
און נאך איין נקודה,
די תורה הקדושה איז די איינציגע גלויבען וואס מ'קען עס אויפווייזען אז עס איז אמת אפילו אויב מ'גלייבט אין גארנישט (איך רעד נישט פון קיין קארץ קעפיקע מענטשען וואס גלייבען אז די וועלט איז פון זיך אליינס באשאפען געווארען)
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 13:57 |
|
| |
א גוט מארגן!
איך זעה אז איך האב פארפאסט א זעלטענע שיינע שמועס פון הרב כורמיזא..
לאמיר פרובירן אריינכאפן א שאלה צוויי:
1. איך הער אז אין די קוראן ווערט געשילדערט אז די עקידה איז פארגעקומען מיט ישמעאל'ן. ווייסטו דערפון?
2. ווייסטו אויב ביי די ישמעאלים איז אן ענין צו גיין מיט א בארד? מ'זעט די מער פאנאטישע טראגן א בארד אזש שיורד על פי מדותיו, ווידער די מער בעסערע נישט (איז דאס אזוי ווי להבדיל ביי אונז?).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 14:07 |
|
| |
1. אין די קאראן אליינס שטייט אז אברהם האט געוואלט מקריב זיין זיין זין, אבער עס שטייט נישט וועלכע.
און די מפרשים אויפן פלאץ זאגען אז דאס איז ישמעאל.., און לכבוד דעם מאכט מען די "חג הקרבן" וואס רופט זיך
"עיד אל אדחא". (איך גלייב אז אצל ידידנו הדגול מר גוגל וועסטו טרעפען מער פרטים)
2. איך מיין אז די בארד איז נאר אן ענין פון מסורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 14:27 |
|
| |
קרעמער גיט מארגען
האסט מיך ממש באליידיגט. איך זיץ שוין דא א גאנצע נאכט, וייל די שווערע שניי ערלויבט מיך נישט איינצושפאנען די פערד און וואגן, קוים די טיר פון קרעטשמע קען איך אויפמאכן.
כאפ איך דא א באטעמטע שמועס מיט מיין ידיד רבי כורמיזא זאל זיין געזינט.
קומסטו אן און איגנארסט מיך אינגאנצן...
איך זעה אז איך האב פארפאסט א זעלטענע שיינע שמועס פון הרב כורמיזא..
איך גיי נישט אהיים ווילאנג די בעטסט מיך שיין איבער, און זיי מיר מסביר לחוצפה מה זה עושה? אז די באזייטיגסט מיך בשתי ידיים, קענסט מיט שמוסען אבער לאמיך אויך שטיין דא!
פארשטאנען?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 14:30 |
|
| |
יענקיס;
איך קום באלד צוריק צו דיר, איך בין יעצט פארנומען מיט די בערן...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2005 15:00 |
|
| |
ביסט אינגאנצען שניי -איג פון אויבן ביז אראפ, פוץ דיך גיט אפ און טאנץ אויפן קארפעט פאר פינף מינוט.... נאכדעם עמער רעדן ...
אוי פארגעס נישט מיט א נעפקין אפצווישן די גלעזער...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 16:45 |
|
| |
השם ישמרנו
"וואס איז געשריבן געווארן פריער, תורת משה, אדער להבדיל די קוראן?"
אפגעהיטן זאל מען ווערן; מיילע איינער מיינט אז דעם "באר הגולה" האט געשריבן רבינו גרשום מאור הגולה - האט ער סך הכל געמאכט א טעות
אבער צי ווייסטו נישט, יענקי, (וואס קען שיין שמייכלען) אז אויך דער קריסטליכער עוואנגליום איז געשריבן געווארן עטליכע הונדערט יאהר איידער דער קראנקער מוחמד איז געבוירן?
אין אזא פראסטיגן טאג האב איך זיך ערלויבט אריינצופאלן אין א היימישע קרעטשמע, כ'בין איינפאך געשפרונגען פון אזא עמעראצעס, כ'האף אז דו ביזט נישט ברוגז
אפס............ כ'פארהאק זאפארט די טיהר הינטער זיך, און אנטלויף פון די ווארעמע קרעטשמע, דער בעל עגלה וויל נישט ווארטן.. איהם קימערט נישט - ווייזט אויס - ווען מען האט געשריבן דעם קוראן, ער ווייסט פון מעכא א מאקע...
לאמיר נאר פארוויקלען די אויערן, ארומבינדן דעם האלז מיטן וואלענעם שאל,
כ'גיב איצט דעם לעצטן זעץ מיט ביידע פיס אויף דער ערד, מ'שטיינס געזאגט, אראפצואווארפן פון די שטיוול די רעשטלעך פארשווארצטע שניי וועלכע האבן זיך דערויף אנגעזאמלט אין לויף פון די לאנגע נסיעה, און שוין - כ'ווער נעלם..
 |
|
|
|
|
|