בית פורומים היימישע קרעטשמע

עס שנייט אין דערפל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/12/2005 21:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

מעין עולם הבא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2005 22:51 לינק ישיר 

יאפ.

פערדן קענען אויך...

http://s47.yousendit.com/d.aspx?id=1ONSQ2F4MPGJ215VDNGLOCI4VB

(א גרויסעם שקויעך פאר נישט-צו-פארנומען )



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 21:20 לינק ישיר 

לאמיר זעהן אויב איך קען שוין לייגן פיקטשערס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/2/2006 21:25 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/2/2006 22:04 לינק ישיר 

 איך לאך זייער שטארק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 22:25 לינק ישיר 

מיר בעטן אנטשולדיגונג, אבער מיר פארשטייען נישט וואס איר האט געוואלט דא מיטן ארויפלייגן א גאנצע ארטיקל פון א געוויסע בלאג

תוקן על ידי - kraitchmer - 12/02/2006 22:36:03



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 23:22 לינק ישיר 

מען שמועס דא אז עס שנייט אין נוא יארק, קען איינער פעסטשטעלען א ציפער, וויפיל אינטשעס? פיס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2006 23:29 לינק ישיר 

יא נאטורליך, דא אין ניו יארק זענען מיר אינגאנצן אנגעשנייט. דו גיי צום וואסער און בראט דיך ביי די זין מיט די אדמורים פון וועמען דו האסט גערעדט פאריגע וואך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 06:52 לינק ישיר 

לכבוד אונזערע נאטורליכע מעמבערס וואס געפונען זיך אין מיאמי, דרוקן מיר דא איבער א באריכט פון "קול מבשר"...

...בליזארד פון תשס"ו

די היינטיגע שניי האט געבראכן א רעקארד! 4 אזייגער נאכמיטאג האט שוין געהאט געפאלן 26.9 אינטשעס שניי (דאס איז: 2 פיס מיט כמעט 3 אינטשעס) אין סענטראל פארק, דאס איז די העכסטע שניי וואס איז נאר אמאל געפאלן אין די היסטאריע פון ניו יארק סיטי!

די ביז היינטיגער רעקארד איז געשטאנען ביי 26.4 אינטשעס, פון א שניי וואס איז געפאלן 59 יאר צוריק אין יאר תש"ז.

*

טראצדעם וואס דאס איז די "גרעסטע" בליזערד אין ניו יארק, האט דאס אבער נישט אזוי שטארק פארקריפעלט די שטאט ווי די בליזערד פון 06', צוליב דעם וואס דער יעצטיגער בליזערד איז געפאלן אין א "וויקענד" ווען ווייניג מענטשן דרייען זיך ארום אין די גאסן און מענטשן ברויכן נישט אנקומען צו די ארבעט.

*

דער מעיאר האט היינט דערמאנט די ניו יארקער איינוואוינער אז די שטאטישע געזעץ פארלאנגט פון יעדן הויז אייגנטומער אפצורייניגן פארענט פון זיין הויז ביז 4 שעה נאכן שטורעם! (היות דער היינטיגער שטורעם האט זיך אפגעשטילט בערך 4 אזייגער, ברויך מען זען צו האבן אפגערייניגט די סיידוואלק ביז 8 אזייגער ביינאכט).

*

די וועטער עקספערטן זאגען אז די 2 פיס שניי וועלן זיך נישט אזוי שנעל צולאזן, צוליב די פראסטיגע וועטער וואס וועט אנהאלטן די קומענדיגע פאר טעג.

אויף סוף וואך ווערט שוין יא פארגעזען אביסל א מילדערע וועטער.

*

אכטונג!

איידער איר צינדט אן אייער קאר, מאכט זיכער אז די "מאפלער" איז גוט אויסגערייניגט פון שניי, עס איז א געוואלדיגע סכנה צו לאזן דעם קאר גיין מיט א פארשטאפטן מאפלער, די קאר קען ווערן אנגעפולט מיט שעדליכע "קארבאן מאנאקסייד" לופט.

**




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/2/2006 18:43 לינק ישיר 

אז דו רעדסט שוין פון קול מבשר (איך ווייס נישט וויאזוי דו האסט געהאט צייט אראפצושרייבן פונקטליך אלעס וואס ער זאגט ), וויל איך נאר דא איבערגעבן

אז די אלע פייגלעך פון גרעיטער ניו-יארק טוען באדאנקן קול מבשר פארן דערמאנען דעם עולם פרייטאג ארויסצולייגן די ברעקלעך אויף שבת שירה, ווייל חלילה וחס ווען נישט קול מבשר וואלטן זיי אלע געבליבן הונגעריג אגאנצן שבת.

אגב מיין איך אז קול מבשר האט נישט געבלאקט קיין קאלס פון מיאמי בפרט אז רוב עלטערע אידן און אידענעס זיצן יעצט דארטן, עס קען גאר זיין אז די אלטע באקומען עפעס א דיסקאונט פון די לאנג-דיסטענס קאמפאני פארן רופן אזוי סאך מאהל אין טאג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/2/2006 19:02 לינק ישיר 

קרעמער, דאנק א שיינע. מיר קומען שוין אהיים צו מזל און ברכה.
איך הייב אן טראכטען אז די ביזט דער קול מבשר ואומר אליין. זיי דיך מודה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2006 19:57 לינק ישיר 

איך מיין אז קרעמער איז דער מבשר פאר'ן אומר, וואס האלט איר??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 22:47 לינק ישיר 

איך וויל דא ברבים איבערבעטן קול מבשר פאר א פארדרוסליכע טעות וואס איז אריינגעפאלן ביי אונזער איבערשרייבן זיינע נייעס, אנשטאט די בליזערד פון 96' האבן מיר געשריבן 06' וכדי בזיון וקצף, מיר האפן אז ער וועט אונז מוחל זיין.

קרעמער בשם אלע מיטארבייטער פון ק.נ.א.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/3/2006 23:52 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/3/2006 01:56 לינק ישיר 

אז מרעד שוין פון קול מבשר
ער האט היינט געמאלדען אז מען האט געפינען א דריטע היסטארישע וואנט אינטער דער ערד וויסט איינער וואס עס איז די היטארי פון דעם וואנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > עס שנייט אין דערפל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.