בית פורומים היימישע קרעטשמע

ווערטלעך אויפן חשבון פון די "חכמי כעלעם"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/12/2005 21:51 לינק ישיר 
ווערטלעך אויפן חשבון פון די "חכמי כעלעם"

דא, אין דעם אשכול וועט מען דערציילן דעם עולם אין די קרעטשמע, אלע דברי "חכמה ופקחות פון די חכמי כעלעם"

********
א גרויסער בארג האט אפגעטיילט די כעלעמער שטאט, וואס האט פיל פארשווערט די קאמיוניקאציע פאר די כעלעמע קהלה. דער שמש האט שווער געקענט ברענגען און טראגן די קהלישע מעלדונגען פון איין עק שטאט ביז צו דער צווייטער, צוליב דער גרויסער שווערער בארג וואס ער האט זיך קוים געקענט ארויפשלעפן.

נאך א גרויסער קהל'ס מיטינג וויאזי זיך אן עצה צו געבן מיטן בארג, איז דער ראש הקהל (נישט יענטאאש ח"ו...) אויפגעקומען מיט א גיניאלן איינפאל:
מען וועט צוזאמען רופן אלע מענער פון די שטאט, וועלכע ציילט זיך טויזנטער אין צאל, און פשוט און גראד מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל רוקן דעם בארג צום עק שטאט און פטור אן עסק...

צום באשטימטן זמן, כל הקהל הקודש איז זיך צוזאמען געקומען צום בארג, דער שמש רופט אויס: רבותי צו דער עבודה!

דער עולם טוט זיך אויס די רעקלעך, מ'לייגט דאס אראפ נעבן בארג, און מ'נעמט זיך שטיפן די בארג בשעטומ"צ.

דער שמש, זעענדיג דעם גרויסן שטויב וואס קומט ארויס פון בארג צוליבן ריקן..., און נישט וועלענדיג אז די רעקלעך זאלן שמוציג ווערן, האט ער אויפגעהויבן די רעקלעך און דאס אוועק געריקט עטליכע מיילן.

מ'שיפט און מ'שטיפט און ענדליך גיט דער ראש הקהל א רוף אויס:
רבותי! גיט א קוק אויף צוריק! מיר האבן שוין באוואוזן צו ריקן דעם בארג עטליכע מייל...
מיר האבן אנגעהויבן דארט... דארט... ווי אונזערע "רעקלעך" ליגן, און ב"ה מיר האבן זיך שוין היבש געריקט...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ווערטלעך אויפן חשבון פון די "חכמי כעלעם"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext