| נשלח ב-5/12/2005 05:20 |
|
| |
ותן טל ומטר...
מ'בעט זייער דעם חשוב'ן עולם וואס דאווענט מעריב דא אין קרעטשמע, בפרט נו חברה מיט גאטס, וואס געבן א קלאפ אויס פאר שמונע עסרע,
כ'האב געוואלט זאגן דריי זאכן:
נישט קלאפן צו שטארק ווייל די טישן דא זענען שוין נישט אזוי יונג, און זיי קענען זיך צאמלייגן. (פרובירט נישט אפילו די וואנט, דאמאלס בלייב מיר אן א קרעטשמע בכלל)
צווייטענס נישט שרייען צו הויך ווייל ס'דא דא יודן וואס די אויערען זייערע דערהייבן עס נישט.
די דריטע אם אם... דענק עך נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 05:23 |
|
| |
אונז האמיר דא אזא 'ותן טל ומטר' איד, אין א דערנעבנדיגן אשכול האט דער 'קוימען קערער' פענסטער אויך אויסגעפירט איינע פון זייע 'שמשות פליכטן', און האט אויסגערופן אז מען זאל נישט פארגעסן צו זאגן 'ותן טל ומטר'.
(ער האט עס אויסגערופן אין די אידישע שפראך אז אפילו די פשוטע דערפישע אידן זאלן אויך פארשטיין...).
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 05:28 |
|
| |
יאנקי==שמעלקע;
אן אנדער'ס מאל זאלסטו מוחל זיין קוקן צו איינער האט דיך נישט אויסגעכאפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 05:31 |
|
| |
איך האב שוין אנגעזאגט אין שטוב מען זאל זיך נישט זארגען אז איך קום אהיים שפעט פון מארגען אן, ווייל מען הייבט אן דעם "ותן טל ומטר"
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 18:26 |
|
| |
searias have we started to say it wet or not i teank that we start nitol if we have to start arleyar please let me know
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 19:18 |
|
| |
פענסטער האט דערמאנט, יענקי האט דערמאנט, און איך האב היינט געמוזט איבערדאווענען שמונה עשרה צוליב'ן פארגעסן ותן טל ומטר, אזא קאצן קאפ 
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 22:22 |
|
| |
נישט פארגעסן "ותן טל ומטר לברכה"
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 22:28 |
|
| |
אז מ'דערמאנט זיך נאכמיטאג אז מ'האט נישט געזאגט צופרי ביי שחרית ותן טל ומטר לברכה, וואס איז דאן די הלכה?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 23:17 |
|
| |
סאכדעס;
ווער האט דיר געגעבן די "הוראה"... איך מוז אים גיין איבערגעבן אז דו קענסט נישט אפילו דיני ותן טל ומטר.
לכאורה ברויכסטו דאווענען צוויי שמונה עשרה'ס ביי מנחה. אבער פרעג א דיין אויך.
אגב, מזל טוב פאר דיין נייע פורום!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 23:22 |
|
| |
זאל זיין...
סאכדעס;
ווער האט דיר געגעבן די "הוראה"... איך מוז אים גיין איבערגעבן אז דו קענסט נישט אפילו דיני ותן טל ומטר.
לכאורה ברויכסטו דאווענען צוויי שמונה עשרה'ס ביי מנחה. אבער פרעג א דיין אויך.
אגב, מזל טוב פאר דיין נייע פורום!!!
|
|
|
|
|