וואס טראכסטו ווען די קוקסט אמאל איבער דיינע תגובות?
נשלח ב-5/12/2005 07:50
וואס איז מיט מיר טייערער געשמאקער, איך בין עפעס א ראזשינקע???
נשלח ב-5/12/2005 08:07
וואס טראכסטי יעצט אז איך קוק אויס ווי?
נשלח ב-5/12/2005 11:35
גישמאקער.
איך האב אויך אזוי אמאל געטראכט, און איך טראכט נאך אלץ.
אבער ווען מ'טרעפט זיך מיטן מענטש וואס שטייט אונטערן ניק, בד"כ ווערט מען זייער איבעראשט.
ס'איז אינגאנצן א אנדערע וועלט.
ווילסט סעמפל'ס?
איך קען נישט געבן אלץ גלוי!
נשלח ב-5/12/2005 14:33
געשמאקער שרייבט:
ווען איך זעה א ניק און איך ליין אתגובה שפרינגט מיר ארויף אין מיין דמיון וויאזוי יענער קוקט אויס.
לאמיך פראבירן;
קרעמער = א בלאנדער טיכטיגער יונגערמאן, פעשליך, לאכט פון די וועלט...
חביבי, דו האסט אלעס קלאר ארויס! דיין כח הדמיון איז עפעס אומנאטורליך געוואלדיג צוטרעפנדיג צום פונקט! און צום 'פונקט' מיין איך טאקע 'פונקט' פארקערט...
איך וועל נישט דערציילן אלע פרטים צוליב גילוי... אבער אויף די לעצטע זאך קען איך דיר ארויסגעבן דעם סוד: נישט "לאכט פון די וועלט", נאר "די וועלט לאכט פון אים"!
נשלח ב-5/12/2005 15:47
קרעמער,
אלו ואלו דברי...
מילא א צורה קען מען אויס'דימיון'ן דער אויסקוק, אבער וויאזוי קען מען אויסמשל'ן אז מ'לאכט פון די וועלט?
אלא מאי, איינער וואס לאכט פון די וועלט רעכנט זיך דאך נישט מיט די אויסקוק און ער טוט זיך באקליידען צוגעפאסט צו זיין מיינונג און דעריבער ווייסט מען שוין אז ער לאכט פון די וועלט.
פרעג איך אייך, לאכט דען נישט די וועלט פון אזא איינעם
נשלח ב-5/12/2005 16:03
איך האב געמיינט אז קרעמער איז א רויטער?
נשלח ב-5/12/2005 17:09
כורמיזא (איך קען נאך אמאל באשטיין צו פארשטיין די פירוש פון דיין ניק, איז דאס אזא סארט כרעמזל?);
נשלח ב-5/12/2005 17:48
און געוואלד פון דע דאיאנעם האסטו אזוי כלאחר יד פארגעסן?
אויף וועלכע שפראך? וויאזוי איז דאס מרומז אין די ווארט כורמיזא?
נשלח ב-5/12/2005 18:08
התאחדות אויש אינגאנצען פארגעסן פון דיר... יויש אויש קויש טויש....
טאקע דערפאר ואוס איך בין אזוי אפט ביי דיר פרעגן שאלות, דמיון איך נישט פון דיר ווייל איך זעה דיך דאך אין ריעליטי...