| נשלח ב-5/12/2005 14:26 |
|
| |
די "עס וואס דיין הארץ גליסט" דייעט
א מחיה! מען קען עסן וואס מען וויל, און טאקע "נאר" וואס מען וויל, אנגעהויבן פון אייזקריעם און געענדיגט ביי דזשעלי ביענס (מיין פעוואריט) און נאך אלץ פארלירן וואג, און נישט סתם פארלירן וואג, נאר 50 פונט אדער מער!
דער פראפעסער דא האט דאס אויספרובירט אויף זיך אליין, ער עסט נאר ווען ער איז הונגעריג, און דאן עסט ער - נישט וואס דער דאקטער רעקאמאנדירט, נאר - וואס זיין הארץ גלוסט, זאל דאס זיין א פעקל פאטעיטא טשיפס, מ&מ'ס, און וואס נישט, און האט פארלוירן פונט אין גרויסן, און דאס נישט צוריקבאקומען (אנדערש ווי ביי זיינע פריערדיגע "נארמאלע" דיעטעס וואס ער פלעגט צוריקבאקומען די פונטען).
http://news.yahoo.com/s/ap/20051204/ap_on_he_me/fit_intuitive_eating
אינטערסאנט איז דורכאויס דעם לעצטן האלב יאר איז אונז נאכנישט אויסגעקומען צו רעדן פון "דייעט"... דאס ברויך זיין אן אקטועלער און אינטערסאנטע טעמע, לאמיר זעהן וואס דער עולם האט צו דערציילן פון אייגענע - אדער אנדערע - עקספיריענס.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 14:28 |
|
| |
איז דא, דא מעמבער'ס וואס גייען אויף דייעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 14:37 |
|
| |
איז דא, דא מעמבער'ס וואס גייען נישט אויף דייעט? 
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 14:38 |
|
| |
יא, איך למשל
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 14:47 |
|
| |
ווער עס גייט נישט יעצט, איז זיכער אמאל געגאנגען דערויף. עס איז א גלגל החוזר בעולם (מען פארלירט און מען באקומט צוריק ).
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 15:01 |
|
| |
איך עס כמעט פון אלעם הבא לידי.
איך ווער נישט גראב בטבע, יאפס ס'דא אזוינע, ניין?
לאמיר דיר פרעגן, איך דארף גיין אויף א דייעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 15:05 |
|
| |
עס קוקט אויס ווי דו ביסט יא אויף א דייעט... אויף די דייעט פון דעם אויבנדערמאנטן פראפעסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 17:52 |
|
| |
איינע פון די פילע שאלעס וואס מ'פרעגט מיר איז אמאל אויסגעקומען אז עימיציר האט מיר אמאל געפרעגט צו איך גיי נישט אויף קיין דיעטא, האב יאך איהם גענפערט אז יאך גיי שוין אויף דייעט פון די 12 יאר, דאן בין איך גראב געווארן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 19:36 |
|
| |
New study from Yale university shoes that fat is not quantified by a specific diet it is a nature some are getting more fat and some people will not get fat it has more to do with the age and the most important factor is your Weight
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 20:26 |
|
| |
אויב מאכט מען איבונגען כאטשע דריי מאהל א וואך מעג מען עסען אביסעלע מער. אלעס געווענדט זיך ווי שנעל מען פארברענט די קאלעריס.
מיין בעל הבית זאל לעבען, ווען ער פארטיגט דעם פרישטאג זעצט ער זיך אנידער און הויערט אויפ'ן שטיהל ביז די מיטאג סעודה. אויסער צום ביתכבוד און אמאל אנצושרייען איינעם הייבט ער זיך כמעט נישט אויף און אלע פאר וואכען פרעגט מיך זיין בעסערע-העלפט צו איך ווייס נישט ווי מען קען מאכען א מאגען אפעראציע.
|
|
|
|
|