און צו דיר ר' קרעמער, קיין שום זאך איז נישט גיט צופיל. דארפסט נישט אנטלויפען פון דא נאר מאך זיר אפ א זמן אין טאג וואס דו באזיכסט אונז, די איבעריגע צייט ווער אנטרינען. אויך לאז איבער אלע נעמען, באניץ זיך נאר מיט איינס והכל על מקומו יבוא..
פארהאן טעג וואס איך טרעט נישט אריבער דער שוועל, איך האב נאר איין נאמען. אזוי ארום פארבלייבט דער קרעטשמער א פיינער פארוויילונגס פלאץ.
נשלח ב-6/12/2005 03:19
פון די אנדערע זייט קרעטשמע גיט א שפרינג אויף פון ארט דער ראש הקהל -וועלכער איז דארט געזעצן אביסל פארכמורעט נאכדעם ווי יענער איז אריינגעפאלן אין א שטיקל מרה שחורה-און ער שרייט אויס מיט א ניגון פון ליהודים:
חיים חייקל, חיים חייקל,
אלעמאל מיטן שמייכל,
טוסט אזוי גוט זאגן,
דו זאגסט גוט און ריכטיג,
אין א צייט אזוי וויכטיג,
פונעם קרעמער די מרה שחורה ארויס צו שלאגן,
אזוי? איך האב גאנישט געהערט פון די מעשה נורא,
נאר דאס זינגען פון יענטאש ליהודים היתה אורה.
א מזל ר' חיים חיקל שטייט דא אויף דער וואך,
שטייט תמיד על המושמר און היט אפ די זאך.
די שמחה זאל זיך נישט אפטוען פון אונז קיינמאל,
ביז מיר וועלען אלע זוכה לישועת ה' וישראל.
אצינד וועלען מיר דעם קרעטשמע אויף א וויילע פארלאזען,
אינגיכען ווערט ער דורכ'ן ראש הקהל סייווי פארשלאסען.
מיר'ן גיין צום שוהל ווי מיין חבר ווארט אומגעדולדיג,
אז איך האב אין אינטערנעץ פארזוימט וואס איז ער שולדיג.
ער זינגט זיך שוין אינטער אמר אביי, יאמאמיי יאמאמיי,
איבער די פארע פון א קאכעדיג גלעזעל טייה.
וועל איך אים נישט לאזען ווארטען צו לאנג,
איך גיי שוין זיך זעצען קעגען אים אויף די באנק.
תוקן על ידי - נאטורליך - 06/12/2005 4:42:39
נשלח ב-6/12/2005 21:38
סאכדעס דרייט זיך אהין און אהער
ער קען נישט דערגיין ווער איז דאס ווער
א פרישער גאסט אין די קרעטשמע געקומען
שרייבן על דא ועל הא זיך גענומען
איי דיי דיי דיי דיי דיי
ער קוקט אויף זיין פאספארט ארויף גלייך
ער מיינט ער וועט זעהן וואס איז שייך
אבער ניין ער איז א היגער געבוירענער
ער איז נאך אין קיין שטאט געווען א פארלוירענער
די קרעטשמע איז זיין ערשטער סטאנציע
אזוי קוקט אויס אויף זיין אינפארמאציע
איי דיי דיי דיי דיי דיי
אבער ווער קען דאס זיין ער קוקט אויס א היימישער
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
ער איז דאך גארנישט א אומוויסענדער
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
היינט ווען סיז איהם געווארן נמאס
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
איז אויך דער סוד נתגלה ווער איז עס
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
דאס איז נישט קיין אנדערער
ווי קרעמער דער באקאנטער
נישטא קיין טאטעניו און נישט קיין טאטי
ער האט געמיינט אונז זעמער פאנאטי
און איצט קרעמער ווען דו גיבסט א זאג
איך בין זייער פארנומען, א גאנצן טאג
על איך שוין וויסן אין קרעטמשע א בליק נישט שענקן
ווייל סיז נישט דא מיט וועמען צו פארברענגן
האט מיר א גוטן טאג
נשלח ב-6/12/2005 22:24
סאכדעס טייערער
קום אהער
זאג מיר ברודער
שטיל אין אויער
ווען דו האסט דארט
געקוקט אויף מיין פאספארט
האסטו אפשר באמערקט
און אריינגעקלערט
אז איך האב שוין געשריבן
דעם פינגער אויסגעריבן
1793 תגובות געב א קוק
נאר מיט דעם איינעם ניק ס'לעבן איז מיר ב"ה זיס
בכלל נישט מאוס
אבער וויפיל איז דער שיעור
צו טרינקען ביר?
נשלח ב-6/12/2005 22:34
ביר און "יין שרף" זאלסטע טרונקען ביז דו וועסט ווערן שיכור
הערשט דעמאלט וועסטו ריכטיג איינזען אז דער לעבן איז דיר זיס ווי צוקער
ביי ערליכע יודען ווען זיי זענען שיכור ווי לוט
הערשט דעמאלט קומען זיי צו צו די ריכטיגע עבודה וויאזוי צו דינען ג-ט