בית פורומים היימישע קרעטשמע

גענוג געווען! עד כאן! ~א בליץ-פיקעטינג ~

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2005 20:21 לינק ישיר 
גענוג געווען! עד כאן! ~א בליץ-פיקעטינג ~

הייד פארק, קרעטשמע – "די פאראייניגטע יוניען פון קרעטשמע באזוכערס", באקאנט אין זייערע גויאישע בוכשטאבן .U.U.O.K.V (יונייטעד יוניען אף קרעטשמע וויזיטערס ), גרייטן זיך אין די טעג ארויסצוקומען מיט א שטורעמישער פראטעסט, אנטקעגן די לעצטערע געשעענישן פון וואס דאס יהדות הקרעטשמע ליידט זיך לעצטענס אן.

ווי באקאנט, טוען זיך לעצטענס פילע קרעטשמע באזוכערס באקלאגן, אז ווען נאר זיי האבן אביסל פרייע מינוטן בעצם היום און זיי פאלן אריין אין די קרעטשמע זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, באגעגענען זיי זיך אלעמאל אן מיט די פוסטע ווענט און ליידיגע טישן.

דעריבער איז מיט פרייד אויפגענומען געווארן, צווישן די פילע באזוכערס, אז נאך פילע באראטונגען איז באשלאסן געווארן צו גרינדען דעם יו. יו. או. קעי. ווי. וואס וועלן זיך ספעציעל באפאסן און אפגעבן מיט דעם פראבלעם.

אלס דעם ערשטן נויטיגן שריט וואס פעלט זיך אויס, האט די קאמיטע אנגענומען דעם פארשלאג פון ארויסקומען אין די עפענטליכקייט, און אפעלירן צו די פילע באזוכערס אז זיי זאלן זיך גרייט מאכן צו צו די קומענדיגע מעלדונגען, וואס וועט גאנץ אינגיכן ארויס קומען צו די ברייטן פובליק.

אלס ערשטער שריט וואס מוז צוליבן צורך השעה, צוליב'ן עמערדזשענסי, באלד געטוהן ווערן, ווערט געמאלדן פון די אפיס פון יו. יו. או. קעי. ווי. אז עס קומט פאר, אט יעצט ממש אין די מינוטן, א בליץ-פיקעטינג דא אין די קרעטשמע.

א ווארטזאגער פון די ארגעניזאציע גיבט איבער: אז כאטש וואס מיר ווייסן אז אויפן מומענט וועט דאס קיין סאך נישט אויפטוהן, אפצושרייען דעם פארבלעם, אבער פארט אז:

עס טוהט וויי שרייט מען...

פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 20:28 לינק ישיר 

איך בין דער ערשטער:

איך בין מוחה פארוואס מען האט נישט אויפגענומען דעם קייזער פון בבל ווי עס פאסט פאר אזא חשובע גאסט!

א באזוך פון נבוכדנאצר מלך בבל אליין אין דערפל וואלט געברויכט ארויסברענגן די גרעסטע כוחות פון קרעטשמע אקעגן אים מיט ברייטע ארעמס... אבער כאטשיג זאל זיך איינער וויסנדיג מאכן פון אים (איך? איך בין אויף אורלויב ).

פיפ פיפ פיפ איך פיקעט פיפ פיפ פיפ

==

אגב, וועלקאם בעק פאר די חשוב'ע מיטגלידער וואס האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון די מקומות הקדושים, היינט אווענד וועט זיין א קבלת פנים אויפנאמע פאר זיי מיט הייסע קוגעל און קאלטע ברוינפען. זאלן זיי האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 00:46 לינק ישיר 

נבוכדנצר טוט שוין אן אלטע כאווער מיט מיר זיין
נאך פון יוסעלעס ניגונים אין חדשות איך מיין
ווען האט ער די קרעטשמע טיר באזוכט
איך זוך דאך איהם מיט ליכט
ביטע מיר מודיע זיין געשווינד
ביי וועלכן טישל ער זאל זיין געזונט
טוט ער זיך געפונען און טרינקען
אסאך הודעות וואס איך האב איהם געטוהן שיקן
ניטאמאל געפענט עס האט ער
ער ארבעט מסתמא זייער שווער
אבער פאר א גוטן כאווער מעג מען האבן ביסל צייט
מ'דארף איהם נישט לייגן אין א זייט
זייט מיר אלע געזונט און פריש
אסאך ארבעט ווארט מיר אויפן טיש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 02:58 לינק ישיר 

פיפפפפפפפ!!!!!!!!! ביפפפפפפפפפפפפפפפ!!!!!

ובזה יצאתי ידי חובתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > גענוג געווען! עד כאן! ~א בליץ-פיקעטינג ~
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext