דא וועל איך בעזהשי"ת ארויפלייגן בילדער וואס אונזערע חשוב'ע חברים האבן געכאפט וויילענדיג אינעם לאנד אוקריינא, ארומפארענדיג אויף די מקומות הקדושים, וואו זיי האבן זיך האפענטליך אויסגעבעטן אלעס גוטס, פאר זיך און פאר אונז, און פאר גאנץ כלל ישראל.
די זייטיגע וואנט פון די קרעטשמע, וואס דארט ביי די זייט כאפט חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף א געדאטשקע מיט נחמן נטע'ן דער האלץ האקער יעדן "ליל ששי" נאכן שיעור אין ארעכייעמאקאדעש...
דער בוידעם פונעם קרעטשמע, וואס די לעגענדע לויטעט אז דארט דרייען זיך די נישט גוטע (די יודעי דבר ווייסן אבער אז דאס איז נאר א שם וואס די קרעטשמער האבן ארויסגעלאזט, כדי די נייגעריגע אידעלעך פון דארף זאלן נישט אריינקומען אויף זיי אומגערישט).
פרייז ליסטע פון א טעלער טשאלענט דאנערשטאג אווענט אין די קרעטשמע:
די אויבערשטע איז מיט קושקע
די צווייטע איז מיט זויער פיקל
די דריטע אן בונדלעך
די פערטע איז ווען מען קויפט דאס מיט א ביר
נשלח ב-7/12/2005 21:17
אויפ'ן וואונק פונעם כאשיוון קרעטשמער באטשי, טוה איך איבער טייטשן די רוסישע ווערטער, אז די אלע פולישע אימגראנאטן, זאלן דאס קאנען ליינען
אויבן אויף די אלארעם ליינט זיך ווי פאלגענד
אָטְקְרִיט
אויף רעכט'ס ליינט זיך
קְנאָפְּקאָ, דאס איז מלשון קנעפל
אויף די לינקע זייט, לכאורה ווייל די ערשטע אות איז האלב באהאלטן
נאַזשׁאַט
און אונטן ליינט זיך
פּאָזשׁאַר
און דאן אריבער צו די גאז סטאנציע, וואס קרעמער מיינט אז ער איז ביי געטיס אין מאנסי, און ער וועט באקומען דארט צ'ולענט,
די ערשטע שורה (שוין אביסל שווער)
ציִנַא 1 ל פּאַלִיוואַ
און דאן די 4טע רייע האט די אותיות
דפּ
און דאן אונטן ליינט זיך
אַפּעראַטאָר מלשון אפרעטער
נשלח ב-7/12/2005 22:18
ר' קרעמער, דיינע הערות זענען געוואלדיג.
עס דערמאנט מיך ווי איך פלעג לייענען אלץ קינד אין תהלים, בעפאר יעדער קאפיטעל. "דער קאפיטאל רעדט זיך ווי דוד המלך האט בלא בלא בלאא