בית פורומים היימישע קרעטשמע

בילדער פון אוקריינא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2005 17:33 לינק ישיר 
בילדער פון אוקריינא

דא וועל איך בעזהשי"ת ארויפלייגן בילדער וואס אונזערע חשוב'ע חברים האבן געכאפט וויילענדיג אינעם לאנד אוקריינא, ארומפארענדיג אויף די מקומות הקדושים, וואו זיי האבן זיך האפענטליך אויסגעבעטן אלעס גוטס, פאר זיך און פאר אונז, און פאר גאנץ כלל ישראל.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פארשטייט זיך אז רוב בילדער קען מען נישט ארויפשטעלן, צוליב גילוי זהות פון די חשוב'ע מיטגלידער. אבער וואס מען קען, וועט מען אי"ה ארויפלייגן.

==

באריס און וולאדימיר שפילן "האפ קאזאק" ביים "טאנץ פון בער".



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:40 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די זייטיגע וואנט פון די קרעטשמע, וואס דארט ביי די זייט כאפט חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף א געדאטשקע מיט נחמן נטע'ן דער האלץ האקער יעדן "ליל ששי" נאכן שיעור אין ארעכייעמאקאדעש...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:41 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער בוידעם פונעם קרעטשמע, וואס די לעגענדע לויטעט אז דארט דרייען זיך די נישט גוטע (די יודעי דבר ווייסן אבער אז דאס איז נאר א שם וואס די קרעטשמער האבן ארויסגעלאזט, כדי די נייגעריגע אידעלעך פון דארף זאלן נישט אריינקומען אויף זיי אומגערישט).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:43 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער פייער סיגנאל פונעם דארף, אויב עס פלאצט חלילה אויס א שריפה (אדער דער דיין עסט זיך איבער) שלעפט מען דעם גלעקל, און אלע דארפסלייט לויפן צום ברונעם און קומען צוריק מיט עמערס וואסער צו פארלעשן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אוי ווער געדענקט נאך ווען בשעת די פאגראמען פון שנת תנצב"ה - ווען מאסן אידן זענען נעבעך אומגעקומען - איז דער הייוועי וואס לויפט דורך אין שטעטל צובראכן געווארן, און נאר אדאנק די קלעצער וואס נחמן נטע האט אהינגעלייגט מיט גרויס מיה האבן די וועגענער געקענט ווייטער פארן דערויף.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:47 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס הינטל פון גראף - וואס האט שוין ציפקע צרות אנגעטיילט פאר אונזערע אידעלעך - שטייט אויף דער וואַך פארענט פונעם גראף'ס פאלאץ, גרייט צו פארציקן יעדן אינוואדירער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 17:49 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס בילד צייגט, אבער עס איז פונקט גענוג מיר צו דערמאנען די ביטערע גזירות וואס דער גראף האט ארויסגעגעבן , עס זעהט אויס אביסל ווי אן ארבייטס לאגער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 18:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די באק אויוון פון פייטל דער בעקער, נישט איין מסור האט געפונען זיין סוף צווישן די פיר ווענט פון דעם אויוון...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 18:02 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די וואג וואס דער דיין נוצט אויסצורעכענען וואו עס ענדיגן זיך די שיעורים פון עירובי תחומין...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 18:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פרייז ליסטע פון א טעלער טשאלענט דאנערשטאג אווענט אין די קרעטשמע:

די אויבערשטע איז מיט קושקע
די צווייטע איז מיט זויער פיקל
די דריטע אן בונדלעך
די פערטע איז ווען מען קויפט דאס מיט א ביר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 21:17 לינק ישיר 

אויפ'ן וואונק פונעם כאשיוון קרעטשמער באטשי, טוה איך איבער טייטשן די רוסישע ווערטער, אז די אלע פולישע אימגראנאטן, זאלן דאס קאנען ליינען

אויבן אויף די אלארעם ליינט זיך ווי פאלגענד
אָטְקְרִיט
אויף רעכט'ס ליינט זיך
קְנאָפְּקאָ, דאס איז מלשון קנעפל
אויף די לינקע זייט, לכאורה ווייל די ערשטע אות איז האלב באהאלטן
נאַזשׁאַט
און אונטן ליינט זיך
פּאָזשׁאַר

און דאן אריבער צו די גאז סטאנציע, וואס קרעמער מיינט אז ער איז ביי געטיס אין מאנסי, און ער וועט באקומען דארט צ'ולענט,
די ערשטע שורה (שוין אביסל שווער)
ציִנַא 1 ל פּאַלִיוואַ
און דאן די 4טע רייע האט די אותיות
דפּ
און דאן אונטן ליינט זיך
אַפּעראַטאָר מלשון אפרעטער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 22:18 לינק ישיר 

ר' קרעמער, דיינע הערות זענען געוואלדיג.
עס דערמאנט מיך ווי איך פלעג לייענען אלץ קינד אין תהלים, בעפאר יעדער קאפיטעל. "דער קאפיטאל רעדט זיך ווי דוד המלך האט בלא בלא בלאא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2005 01:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א בילד וואס איך האב באקומען פון איינע פון די מיטפארער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2005 01:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

חייקלס אלטע אויטא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 20:00 לינק ישיר 

איז נישט דא נאך בילדער פון די באליבטע אוקריינא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > בילדער פון אוקריינא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext