| נשלח ב-8/12/2005 00:52 |
|
| |
וואס גיסט ער דארט???
יעדשס מאל וואס איך בין דא אין קרעטשמע צוזאמען מיט (נאמען ארויס גענומען) זעה איך אז פאר ער פאנגט אן צו טרינקען אדער אפילו אונמיטן מאכן די ברכה, אדער פאר די ברכה גיט ער א גיס אראפ אביסל פון זיין כוס
1. ווייסט איינער פשט און דעם?
2. פארוואס טוט דאס נישט יעדער?
3. מעג מען דאס טון שבת (איז עס נישט אזוי ווי בורר)?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 01:23 |
|
| |
דאס אראפגיסן איז פאר די שדים, וואו דער מקור איז דענק איך נישט יעצט, מיר ליגט אויך אין קאפ אז דאס איז נאר ביי וואסער און נישט ביי אלע משקאות,
פארוואס נישט יעדער טוהט דאס, לכאורה ווייל מען איז נישט מקפיד אדער ווייסט מען נישט,
צו מען מעג עס טוהן שבת אלס בורר, לענ"ד איז נישט דא קיין בורר ביי דעם ווייל דאס וואס ער גיסט איז ער נישט ספעציעל מקפיד אז דוקא די ביסל וויל ער ארויסנעמען (ווי למשל עס איז ווען דא דארטן א פליג וואס דעמאלס איז טאקע יא א שאלה ארויסצונעמען נאר די ביסל מיטן פליג) נאר מען גיסט אראפ א טראפ נישט קיין חילוק וועלכע טראפ עס וועט ארויסקומען,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 01:30 |
|
| |
איך האב אמאל געזען אז דער אלטער סקולענער רבי זצ"ל וועלכער פלעגט אויך אזוי טוהן, האט אמאל אנגעפרעגט די שאלה ביי איינעם פון די דעמאלטדיגע גדולי הדור, און די תשו' איז געווען אז עס איז נישט שייך דערביי קיין בורר.
זיך עס נאך ביי די באשרייבונגען פון סקולענע מנהגים ערגעץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 01:35 |
|
| |
ערעב זארעח דו ווייסט אפשר צי סקולענער רבי זצ"ל פלעגט טוהן ביי אלע משקאות אדער נאר ביי וואסער,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 01:52 |
|
| |
כ'ווייס נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 19:11 |
|
| |
דע מקור איז דאכצאך א תוס' אין מס' שבת כך שמעתי מאחד מגדולי מורי הוראה המפורסמים בדורינו שליט"א, און יאך מיין אז דאס איז נאר ביי וואסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 19:36 |
|
| |
עי' פסחים קי"ב ע"א עטליכע עצות אנטקעגן א רוח רעה וואס געפונט זיך אין וואסער, די לעצטע עצה איז "אריינצולייגן עפעס", און דאכט זיך אז כמה צדיקים פלעגן זיך טאקע נוהג זיין נישט צו טרינקן קיין וואסער אן צולייגן עפעס, אפילו זאלץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 20:12 |
|
| |
אריינלייגען עפעס אין וואסער איז אן אנדערע סיבה.
די הלכה איז אז צומאכן א שהכל אויף וואסער "מוז" מען זיין דארשטריג "השותה מים לצמאוןן", לכן האט מען אריין געלייגט עפעס עס זאל צו געבן א טעם, עי' דברי חנה מנהגי קאלאשיטץ.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 22:32 |
|
| |
If I remember correctly the mekor of not drinking pure water mayim tzlilim is from the shilchon urech hilchas bin hamtzurim
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2005 23:05 |
|
| |
א ידיד מיינער האט מיר געזאגט אז די מקור אראפצוגיסן פון וואסער שטייט אין אליה רבה, איך האב פרובירט אביסל צו זוכן אבער איך האב נאך ביזדערווייל נישט געטראפן קיין פונקטליכע מראה מקום אין אליה רבה, און יענער האט אויך געדענקט אז דאס איז נאר ביי וואסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 00:13 |
|
| |
יוסעלע:
עס איז דא נאך א טעם עפ"י קבלה/חסידות, נישט צו טרינקען 'בלויז' וואסער. דאכצעך מיר דער טעם איז ווייל וואסער איז דער מקור התאוות.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 00:37 |
|
| |
יעצט דערמאנט א מעשה וואס איז געווען ביי מרן מסאטמאר זי"ע, ווען ער איז געווען איינמאל אין ארץ ישראל און ער איז ארומגעפארן אויף אסאך מקומות הקדושים קברי התנאים ואמוראים, איינמאל אראפקומענדיג פון עפעס א שווערען בארג וואס יעדער איינער איז געווען גוט אויסגעמוטשעט האט איינער אונטן געטיילט פארן עולם קאלטע וואסער צו טרינקן, און ער האט בשו"א נישט געוואלט נעמען דערפון ווייל עס איז געווען סתם וואסער, אפילו עס איז געווען א בחינה פון כמעט מסירת נפש, זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 02:51 |
|
| |
היינט צוטאגס קענט איר זעהן ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ווי ער גיסט אפ א טראפ וואסער פון זיין הערליכען זילבערנע גלאז.
(איך האב נאר געזען ביי וואסער)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2005 16:09 |
|
| |
איך האב נישט ליב צו פארדרייען אשכולות אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן צו פרעגן איין זאך פון ר' נתנ101
וואס מיינט א זילבערנע גלאז?
איז דאס א גלאז וואס ליגט אין א זילבערנע האלטער?
|
|
|
|
|