לויט ווי די וועטער עקספערטן געבן איבער, אין פארשטייט זיך ספעציעל פארן קרעטשמע, אז טאקע פרייטאג עש"ק ויצא ווערט ערווארטעט א פרישער שניי וואס וועט בערך אנקומען צו 3 ביז 6 אינטשעס,,
אבער ווי יעדער איינער ווייסט איז דער פארגאנגענעם מאנטאג אויך פאראויסגעזאגט געווארן א שטיקל שנני אבער ליידער איז עס נישט אנגעקומען, די חריידישע קול מבשר ראדיאו האט היינט דאנערשטאג נאכט געמאלדן אז מען זאל איינקויפן יעצט ווייל מארגן וועט זיין א שווערע שניי,, ער דער קול מבשר האט ליב צו מאכן א מצב פון גארנישט.
א קיצור בלומבער האט מאנטאג ביים (פאריעריגן) שניי געזאגט אז 1000 שאוולען זענען שוין גרייט אין אז 400 זאלץ טרעקלאך זענען שוין אויפן ראוד, למעשה האט זיך עס אויסגעלאגט מיט א פלאפ.
צי ווייסט איינער דא אין קרעטשמע ווי ווייט די וועטער מומחים ווייסן וואס זיי רעדן????
נשלח ב-9/12/2005 15:54
טאטי;
איך וויל דיר ח"ו נישט אויפוועקן, עס פאסט נישט, און עס איז נישט אויסגעהאלטן מטעם כיבוד אב (ווער געדענקט נאך פון חדר די גרויסע מצוה פון קיבידאוואהיים?), אבער ווען דו וועסט אויפשטיין, ארויפציען די ראלעטן און ארויסקוקען פון דיין שלאף צימער פענסטער וועסטו ווערן איבעראשט פון די שיינע סצענע וואס וועט זיך פאר דיר אנטפלעקן.
דער פון אויבן האט אראפגעשיקט מיליאנען שטיקלעך שניי אין דארף, וואס פארמירן א הערליכע ווייסע טישטוך אויפן גאנצן האריזאנט, פון אלע זייטן זעהט מען אידעלעך מיט די טלית ותפילין צווישן די ארעמס, די קוטשמעס אראפגעשלעפט ביז איבער די אויגן און א פארוויקלטע שאל פארשטעלט דעם הדרת פנים. מענער איילן זיך אין שוהל אריין מיט א שמייכל אויף די לעפצן און א הארץ פול מיט פרייד אויף די ווייסע ברעקלעך וואס דערמאנען די מן, קליינע קינדער שארן די שניי מיט אן אימפעט ווארטענדיג אז דער באס זאל אנקומען זיי אויפנעמען גיין אין חדר און אין שולע אריין.
די מאמעס מיט די קליינע קינדערלעך שטייען אלע ביי די פענסטער און באטראכטן מיט א וואונדער די הערליכע פאנאראמע, זיי פרייען זיך און דאנקן גאט פאר זיין גרויסע גענאדע.
און טאטי שלאפט נאך?
נשלח ב-9/12/2005 17:03
און מאנראו איז שוין דא 8 אינטשעס איך בין שוין געפארען אויף די טראוועי פאר צוויי שעה פון די טאלל באָט ביז די נוי דזשערזי 17 דעריבער אלע upstate מעבערס וואס פלאנען צו קימען צי די קרעטשמע זאלען זיכער מאכען זיך נאכציפרעגן ביי רייזענדע וואס זענען געפארן נאך 9:00
נשלח ב-9/12/2005 17:06
מיין וועג האט גענומען פופצן מוניט פון מיין הויז ביז די קרעטשמע
תוקן על ידי - upstate - 09/12/2005 17:05:30
נשלח ב-9/12/2005 17:11
can somebody tell me please the address of the kraichme? i can't find it