| נשלח ב-11/12/2005 05:44 |
|
| |
~~~פראגע אויף פרשת וישלח~~~
פראגע פון פרשת וישלח
עס איז באקאנט די מעשה פון שכם בן חמור וואס האט פארכאפט דינה, און די בני יעקב האבן זיך נישט פארלוירן נאר מיט חכמה געשטעלט א תנאי אז די גאנצע שטאט מוז זיך מל'ן, און דעם דריטן טאג זענען שמעון און לוי געקומען און אויסגע'הרג'ט אלע איינוואוינער פון שכם און אנטלאפן מיט דינה.
פארוואס זענען זיי געקומען פונקט דעם דריטן טאג?
==
גרינגע תורות וועלן אי"ה נאכקומען במשך די וואך בעזהשי"ת.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2005 23:21 |
|
| |
קודם וויל איך באגריסן דעם געדאנק פון לייגן יעדע וואך די "סדרה-אשכול" אויבן אן, (הגם 'כעת' ליגט נאך דער "ויצא אשכול" אויבן אן), עס איז א גוטער געדאנק.
דערנאך וויל אויך פארשלאגן, אז מען זאל אין די "סדרה אשכול" שרייבן אלעס בנוגע די פרשה, נישט נאר דווקא די קשיות וואס אונזער חשובער קרעמער פרעגט.
ס'הייסט, ווער עס האט עפעס א הערה אדער א געדאנק אויף די פרשה, זאל דאס דא אריינשרייבן.
-----
בנוגע די קשיות איז דא עטליכע תי':
1. דער תרגום. והוה ביומא תליתאה כד תקיפו עליהון כיביהון, פי', זיי זענען דאך געווען גדולים און ביי גדולים איז דער דריטער טאג דער גערעסטער סכנה.
2. דער אוהה"ק (תחילת פר' וירא). דער דריטער טאג איז מען די שוואכסטע (אבער די סכנה איז גערעסער די ערשטע צוויי טאג).
3. דער דעת זקנים. ס'נישט מסתבר אז די גאנצע שטאט האט זיך ג'מל'ט אין איין טאג, און ביז דריי טאג איז שוין דער גאנצער עולם געווען ג'מל'ט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 02:20 |
|
| |
יישר כח ר' זרח;
אדרבה, יעדער איז געלאדענט צו לייגן אלע ענינים וואס אנבאלאנגן די סדרה פון די וואך. קושיות, שאלות, תירוצים, און שיינע תורות.
==
מיר געפונען די וואך ווי יעקב אבינו האט עטליכע מאל אנגערופן עשו'ן מיטן נאמען "אדון", סיי אנהייב פרשה שטייט (קאפיטל ל"ב פסוק ה') ויצו אותם לאמר כה תאמרון לאדני לעשו וגו', (שם פסוק ו') ואשלחה להגיד לאדוני וגו', אויך שפעטער ווען ער האט געזאגט פאר די שלוחים וואס צו זאגען פאר עשו'ן שטייט (פסוק י"ט) ואמרת לעבדך ליעקב, מנחה הוא שלוחה לאדני לעשו וגו'.
איז דאך אביסל שווער לכאורה, מילא ווען ער רעדט צו עשו'ן מוז ער רעדן בדרך כבוד, אך און וויי אויב נישט, עשו איז אומשטאנד אים צו הרג'נען אין א סעקונדע, אבער צו וואס האט אויסגעפעלט אז ער זאל רעדן אזוי שיין און איידל און מיט אזא הכנעה כלפי עשו ווען ער רעדט צו זיינע אייגענע מענטשן?
ענטפערט דער מעגלי צדק: יעקב אבינו פלעגט כסדר בארעדן דעם עשו'ן, ער פלעגט שטענדיג זאגען פאר זיינע קינדער וואספארא רשע און שייגאץ דער עשו איז, כדי זיינע קינדער זאלן זיך פון אים נישט אפלערנען ח"ו צו טאן עבירות, אזוי ווי דער ווילנער גאון פלעגט זאגען אז מען ברויך פארשעמען דאס שלעכטס כדי אנדערע זאלן דאס נישט נאכטאן.
האט דאך יעקב אבינו מורא געהאט אז זייענדיג אזוי צוגעוואוינט צו בארעדן און פארשעמען עשו'ן, קען דאך געשען א טעות אז ווען ער וועט למעשה באגעגענען זיין ברודער ווער ער - ווי זיין געוואוינהייט - זיך נעמען אים באזידלן און שרייען אויף אים וואספארא נידערטרעכטיגע אינג ער איז...
דערפאר האט יעקב זיך אנגעהויבן איינגעוואוינען צו רעדן פון אים בדרך כבוד, מיין האר, מיין האר, מיין האר, אזוי אז ביים באגעגעניש זאל ער זיך נישט ארויסכאפן מיט א שאנד ווארט אויף אים!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 18:59 |
|
| |
ישר כח קרעמער,
שיין ווארט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2005 21:15 |
|
| |
וישלח יעקב "מלאכים" אל עשיו אחיו. וועם האט יעקב אבינו געשיקט?
רש"י זאגט, "מלאכים ממש". ווער זענען געווען די מלאכים?
אנדערע האלטן אז "מלאכים" מיינט שליחים. ווער זענען געווען די שליחים?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 01:21 |
|
| |
זרח;
דער ישמח משה זאגט א הערליך ווארט, ער שרייבט אז יעקב האט געשיקט די מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן בשעת בריאת העולם, און נישט דו וואס זענען באשאפן געווארן דורך זיינע מצות ומעשים טובים, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך משתמש זיין מיט זיינע זכותים (דאשתמש בתגא חלף). ער טייטשט מיט דעם די ווארט "לפניו" וואס עס שטייט אין פסוק, אז דאס מיינט די מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן נאך איידער יעקב איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, און נישט די וואס זענען דורך אים באשאפן געווארן ע"ש.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 01:25 |
|
| |
איך זעה יעצט אז דער הייליגער אור החיים הקדוש האט א גאנצע שמועס, ער זאגט בערך דריי טעמים פארוואס יעקב האט אויסגעוועלט צו שיקן מלאכים דווקא.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 02:00 |
|
| |
ר' קרעמער.
דאס איז דען דעם ישמח משה'ס אויפטוה? כמדומה אז דער מדרש זאגט אז די מלאכים זענען געווען מיכאל און גבריאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 02:06 |
|
| |
וואו האב איך געשריבן אז דער ישמח משה טוהט אויף אז דאס איז געווען מיכאל און גבריאל? איך האב געשריבן א שיינע תורה פונעם ישמח משה אויף די ווארט "לפניו", וואס מיין כיתה ד' רבי (אויב איך געדענק גוט) האט מיר געזאגט ווען איך האב אים געפרעגט: רעבע, פארוואס שטייט לפניו?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 02:43 |
|
| |
פון דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט: ער שרייבט אז יעקב האט געשיקט די מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן בשעת בריאת העולם, און נישט דו וואס זענען באשאפן געווארן דורך זיינע מצות ומעשים טובים, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך משתמש זיין מיט זיינע זכותים (דאשתמש בתגא חלף). ער טייטשט מיט דעם די ווארט "לפניו" וכו', האב איך פארשטאנען אז דאס, אז יעקב האט געשיקט די מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן בשעת בריאות העולם, דאס טוהט אויך אויף דער ישמח משה. ואתך הסליחה.
אגב, דאס וואס רש"י זאגט מלאכים ממש, לערנט דער כלי יקר פשט, אז רש"י האט דאס טאקע גענומען פון ווארט "לפניו", (וכ"ה בשפ"ח) עיי"ש.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 23:14 |
|
| |
קרעמער און זארעכפעפער עס איז מיר בייגעפאלען צו מאכען א פשרה איך האב נישט פאר מיר קיין ספרי קודש אבער לויט ווי איך געדעכק ווען יעקב אבינו האט געפרעגט דעם מלאך וואס זיין נאמען איז האט ער געכטפערט אז די מלאכים האבען נישט קיין באשטימטע נאמען זייער נאמען ווערט באשטימט לויט זייערע שליחות למשל ווען איינער גייט אויף א שליחות צי היילען ווערט ער גערופען רפאל ממילא (אויב וואס איך געדענק איז וואר) קען מען איינזעצן פשט אז די מלאך וואס הייסט ביי די יעצטיע שליחות מיכאל איז באשאפען געווארען בשעת בריאת העולם ווער עס געדכגט פינקליך די לשון פינעם מדובר דארט מיטן מלאך און אויב דאס וואס איך דערמאן איז א רש"י אדער אנדערע מפרשי התורה זאל מוחל זיין און ענטפערן
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 00:18 |
|
| |
ס'איז א רש"י (בראשית ל"ב, ל'), אבער איך פארשטיי נישט וואס עס איז שווער דא, און וואס דו פארענטפערסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 07:07 |
|
| |
א גיטן אייך אלע,,סדאכטס סיך מיר אז די ערשטע שטיקל אויף די וואכענדיגע סדרה אינעם הייליגען ספר מאור ושמש
איז איינע פון די זאכן וואס ער שטעלט זיך איז, אז רש"י הקדוש זאגט דאך אז יעקב האט געשיקט מלאכים ממש (וואס אגב מיין איך אז סשטייט פון ר' שמשון אוסטרופולער אז ממש מאכט די דריי מלאכים מיכאל -מלכיאל-שנדריאל)פרעגט ער ווי אזוי האט אזא רשע ווי עשו געקענט זעהן עכטע מלאכים? און ער ענפערט כדרכו בקודש עי' שם וואס מיך באדערט איז .אז ווער זאגט אז עשו האט געזעהן די מלאכים
די מלאכים האבן געזעהן עשו און אז ער קימט א קעגן מיט פיר הינדערט מענטשען וכ"ו אבער וואס צווינגט מיר צי זאגן אז עשו האט זיי אויך געזעהן?
יעץ וויל איך פרעגן עפעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט די פרשה אבער מיר זאגן עס יעדן טאג ביים דאווענן און איך ווייס נישט פארוואס ,דאס איז קטרת וואס מען זאגט איינמאל פאר הודו אין מען זאגט עס נאכאמאל נאכן יום
פארוואס זאגט מען דאס צוויי מאל ,ביטע ווער עס קען זאל ענטפערן
א דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 15:59 |
|
| |
א גוט מארגן ר' בענקל (מדוע באת היום? לא ערב שבת ולא מוצאי שבת היום?).
עשו האט געזען די מלאכים, והא ראי' ער האט גערעדט מיט זיי, למי אלה ואנה תלך ולמי אלה לפניך.
קטורת נאכן דאווענען, עי' מגן אברהם (סי' קל"ב סק"ג) דכוונתינו ליפטר מתוך דברי תורה, ובכתבים איתא שהטעם להבריח הקליפות ע"ש.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 18:08 |
|
| |
קרעמער;
דאכט זיך מיר אז אין חומש שטייט למי "אתה" ואנה תלך, און נישט למי "אלה". קען זיין איך בין נישט גערעכט, איך האב נישט קיין חומש דא מיט מיר, ביטע מאך קלאר, שכח.
תוקן על ידי - פענסטער - 15/12/2005 18:08:01
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 19:13 |
|
| |
א גיטן טאג ר' קרעמער, און פסוק יז לאנג נאכדעם וואס די מלאכים זענען שוין ציריק געקימען שטייט דארט ויתן ביד עבדיו עדר שטייט ארויס עבדיו און אויף דעם שטייט אין נעקסטען פסוק יח ושאלך לאמר למי אתה ואנה תלך,איז דע ווערטער וואס עשו גייט רעדן איז לכאורה קלאר נישט צי די מלאכים נאר צי יעקב'ס קנעכט,נאר דער אמת איז אז אינעם צווייטען פסוק שטייט בפירוש ארויס כה תאמרון לאדני לעשו וכ"ו, האט דאך יעקב באפוילען די מלאכים צי רעדן מיט עשו איז דאך מסתבר אז ער האט זיי געזעהן
איך ווארט צי הערן פון דיר
יישר כח פארן אנצייכענען דעם מ"א
|
|
|
|
|