איך וועל אנהייבן מיט אן ענטפער פאר מיין ידיד ר' בענקל אויף זיינע אנפראגעס (וועלכע ער האט געלייגט אינעם אשכול "פראגע פון פרשת ויצא").
מיין טייערער בענקל, דו האסט אנגעפרעגט דעם עולם עטליכע שאלות בנוגע דעם פארק אין וועלכן מיר פארברענגן אזויפיל צייט (בעוה"ר), לאמיר דיר פרובירן ענטפערן כפי שידי יד כהה מגעת.
2. היידפארק איז געמאכט געווארן דורך עטליכע חברה אין איזראעל, איך גלייב אז זיי האבן אינוועסטירט דערין אסאך געלט, אבער זיי מאכן דאס צוריק פון אדווערטייזמענטס וואס דו זעהסט אין די זייטן דא. יעצט געהערט דאס פאר א קאמפאני מיטן נאמען "חברה".
3. מסורת היידפארק איז געגרינדעט געווארן דורך דעם אנפירער פון דעם "בחדרי חרדים" פורום (א העברעאישע פורום וואס האט די מערסטע ליינער און שרייבער ווי סיי וועלכע פורום אויף היידפארק), כדי אונזערע אידעלעך זאלן זיך נישט דרייען אויף היידפארק אליין וואס איז אנגעפולט מיט כל דבר אסור.
4. דער זייגער צייגט די צייט פונעם מיטל מזרח (ארץ ישראל וכדו'), ביי זיי איז דא דרייצן אזייגער (נאך צוועלף מיטאג) אזוי ווי אין אסאך אנדערע לענדער אויסער אמעריקע.
5. א רויטע פינטל קען א מנהל לייגן נעבן אן אשכול, דאס מאכט אז דער אשכול זאל בלייבן אויבנאן אז יעדער זאל זיך גלייך באגעגענען דערמיט. געווענליך לייגן מיר דאס ווען עס איז דא א וויכטיגע מודעה און מען וויל אז יעדער זאל דאס באמערקן, אדער ווען עס איז אן אקטועלע טעמע ווי די פרשה פון די וואך.
6. א מנהל מיינט א בעל אחראי, ער האט געגרינדעט דעם פורום, און ער נעמט זיך אונטער אז עס וועט זיך פירן לויט די תקנות פונעם פארק. אויב א מנהל זעהט עפעס וואס טויג נישט, קען ער דאס אויסמעקן, טוישן, ארונטער נעמען א גאנצע אשכול, אדער אפילו חוסם זיין (פארשפארן) יענע ניק פון שרייבן אויף דעם פורום. עס איז נישט שווער צו ווערן א מנהל, עס איז אבער א געוואלדיגע אחריות.
7. א שלאס אויף די זייט פון אן אשכול מיינט אז דו קענסט נישט צושרייבן דערצו, עס איז פארשלאסן פאר ווייטערדיגע דיאלאג.
איך האף אז דו האסט פארשטאנען, אויב נישט, זיי מקיים נאכאמאל דעם ולא הביישן למד וואס דיין רבי האט דיר געלערנט.
מה שאין כן דא צו זיין א מנהל דארפסטו נאר שרייבן וואס דו ווילסט (און מעקן אויב עס פעלט זיך אויס) און אלעס ווערט אליין אויסגעשטעלט אויטאמאטיש מיט זייער סיסטעם.
נשלח ב-11/12/2005 21:26
די 'ליבליכע' נוסח מיט וואס איך באגעגן זיך גאר אפט ביים שיקען א תגובה:
התגלתה תקלה
נעשה שימוש חוזר בטופס שליחת ההודעה, יש להכנס לטופס שוב מהאשכול
חזור אחורה ותקן הבעיה
נשלח ב-11/12/2005 21:30
בן הרחמן;
איך האב פארשטאנען אז בארטענדער מיינט צו פרעגן בעיקר פארוואס דווקא היידפארק, ער מיינט נישט אז מיר זאלן גרינדן א נייע סייט, ווייל ווער איז דען אינטערסירט אליינס צו גרינדן א נייע סייט (אויסער עטליכע קריעטיוו מענטשן וואס איך קען...).
די זעלבע שאלה האבן שוין אנדערע געפרעגט, און איך האב נישט קיין געהעריגן תירוץ: וואס זענען די מעלות און/אדער חסרונות פון א בלאג??? מיט וואס איז דאס בעסער אדער ערגער ווי היידפארק?
נשלח ב-11/12/2005 22:03
סתם אן עצה טובה פאר די תקלה בלא בלא בלא, איז צו מאכן בעק סעלעקטן די גאנצע הודעה, און קליקן א רייט קליק (פאר די וואס האבן אויסגעשטעלט נארמאל די מאוז, פאר די איטרי מאוז א לעפט קליק), סעלעקטן די אפשען קאפי, און דאן מאכן נאכאמאל בעק און ווידער שלח תגובה, און גייט אריין אין קעסטל וואס שטייט אין זיין רעכטע זייט הודעה, וואס איז שוין פעסגעשטעלט געווארן אז דאס מיינט פאוסט, און ווידער א רייט קליק, פאר די איטרי מאוז א לעפט קליק כנ"ל, און סעלעקט פעסט, און דאן וואונדערליך קומט ארויף די גאנצע הודעה צוריק, און דאן שיקט די תגובה, געווענדליך גייט דאס.
נאך אן עצהטובה, צו מאכן די קאפי נאך פאר מ'פּרעסט שלח תגובה, דאן איז דאס מער פארזיכערט.
בדרך אגב יאך קלער אז דער גראף ווייסט די זאכן בעסער פון מיר, סשטיינס ער האט אן איי קיו פון 141, הגם ער האט זיך נאך נישט אנגערופן אין דעם דאזיגען אשקול, אבער מי יבוא אחר..., סאו פאר בעטער אסיסטענס, קלאפט אהן אין טיהר פון גראף.
תוקן על ידי - התאחדות - 11/12/2005 22:03:03
נשלח ב-11/12/2005 22:50
we are trying to integrate a forum system in
our website,
שכח רב קרעמער פארן נעמן די מי און אזוי שיין ענטפערן אויף מיינע אנפראגן,איך וועל דיר זאגן דעם אמת ווען כהאב געעפנט היינט די קרעטשמע האב איך די ערשטע זאך געקיקט אויב די האסט מיר עפעס גענטפערט ,און געזעהן האב איך אז נישט בין איך געווען אביסל דיסעפוינטעט אז די מאכסט דיך נישט וויסענדיג פון מיר,אבער די דיסעפוינמענט איז נישט געווען אויף לאנג ווייל כהאב גלייך באמערקט ווי די האסט געענפענט א נייע אשכל לכבוד מיר ,פארדעם קומט זיך דיר אן עקסטערען דאנק,מיט די זייגער קען איך מיך נאך נישט אויס ווייל א"י איז דאך געריקט פון דא מיט א זיבן שעה דאכט זיך מיר,און איך דארף נאך טראכטן וועלעכע שעה פערצן-פופצן איז, צי שווער פאר מיר
,הייד פארק האט נישט אזא זאך ווי chat מען זאל קענען נארמאל שמיסען דער עולם איאיינעם אדער עקסטער?
נשלח ב-12/12/2005 02:52
יישר כח מר. התאחדות פאר די נוצליכע אינפארמאציע, יאך האבע געוואוסט אז מען קען קאפירן און פיצן (פעיסט אויף אידיש, אויב טאאט-פעיסט מיינט ציין-פיץ מיינט קאפי-פעיסט קאפירן און פיצן), אבער דעסטוועגן דאך קען דאס דענערווירן אפילו איינעם פון 141 אייקיו. וד"ל.
נשלח ב-12/12/2005 03:00
We are thinking of integrating a Chat system
BUTwe must have a safeguard system to prevent missuse
any ideas, post here,
or email us at
[email protected]
נשלח ב-13/12/2005 07:54
וואס איז פשט אז סשטייט לא נמצאו הודעות ווען מיט א האלבע שעה צרוק איז עס געווען פיל ?
נשלח ב-13/12/2005 19:32
בארטענדער א גוטן
ווי שטייט די זאך וואס דו שרייבסט?