יענע וואך האט פאסירט א מעשה שלא יעשה, נאך א זיצונג פון די טובי הקהילה אוואו מען האט דן געוועהן די ענין בכובד ראש האט מען באשלאסן אז מען גייט מיך אנכאפן אזוי ווי איך שטיי און גיי און ארויסווארפן פון דארף, איך האב מיר אויסגעבעטן אז מעןזאל מיר נישט ארויסווארפן ווי א הונט אויף דער גאס, איך וויל נאך חתונה מאכן מיינע קינדער, איז געבליבן אז טאמער איך רעזיגניר זאפארט האט איך א שאנס ארויסצוגיין פון די גאנצע סומאכטע בדרך כבוד.
על כן טוה איך מעלדן געצוואונגענהייט אז;
[color=#FF0000]איך רעזעגניר פרייוויליג פון די קרעטשמע[/color]
האטס מיר און זייטס מיר
שנאפס
נשלח ב-11/12/2005 19:14
פאר דו רעזיגנירסט, מוזטו אונז מעלדן וואס דיין פאזיציע איז געווען, מיר ברויכן וויסן וועלכע שטעלע עס ווארט איבערגענומען צו ווערן.
נשלח ב-11/12/2005 22:14
מיט גרויס ווייטאג, און גרויס צער, טוען מיר צו וויסן טוהן, פאר דעם כאשיווען ציבער, אז דער גאנצער עולם ווערט געלאדענט צו די לוי' וואס עט פארקומען בחצר הקרעטשמע, 25:11 בדיוק שעון אר"י, נאך דעם גרויסן פארלוסט, פון ידידינו
שנאפס בן וואטעווער ז"ל
וואס האט זיך אזוי אינג מאבד עצמו לדעת געווען, ווי פארשטייט זיך וועט מען איהם אזוי ווי די הלכה איז לייגן אחורי הגדר שטייענדיגערהייט, און ווי אויך וועט פארקומען א הספד מר ובכי תמרורים דורכ'ן ראב"ד און דעם מו"ץ, סיז צום האפן אז כ"ק אדמו"ר הגה"ק רשכבה"ג עט"ר שליט"א וועט ערשיינען און לאזן זיינע דברי הספד והערכה, אויף דעם אינגען שנאפס נ"ע, ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.