| נשלח ב-13/12/2005 04:31 |
|
| |
איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט הער גראף, קוים וואס מען זעט דיך דא לעצטנס, ביסט פארנומען מישן אין פלעצער וואס זענען קעגן די תקנות הפורם, אין יעצט קומסטו דא פרעגן וואס מיר זאגן,וועם אינטערסיט וואס מען שרייבט דארט אויף דיר, אפשר פרעגסטו דארט וואס מען זאגט אויף דיינע ארטיקלעך פין דא הא? פארוואס לייגסטו לינקס צי....
מיר ווילן זיך נישט דרייען דארט
אז די ווילסט עפעס וויסן שרייב אטא דא,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 08:11 |
|
| |
און וואס זאגט איר צו מיר ?????? כא כא כא כא ....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 16:09 |
|
| |
פארברענגן, איך טשעלענדזש דיר צו נעמען יענע טעסט, איך ציטער אז דו רעדסט פון קנאה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 18:22 |
|
| |
טייערער פארברענגן, קודם א גוט מארגן, גראדע א גוטן מיטאג.
קודם פארשטיי איך דיר נישט פון וואנעט האסטע גענומען אזא חוצפע צי רעדן מיט'ן גראף אזוי פרעך?
צוייטענס וואסארא טאקאנעס רעדסטו דא?, איך בין דער דאיען, זארעכ איז דער ראב"ד, וכו' וכו', מיר באזאגן שוין די תקנות דא אין די קהלה, איינער קומט פארברענגן קען ער נאך קיין תקנות נישט מאכן.
דריטנס, דער גראף דארט אין חדשות שרייבט נאר אין די אינטערסאנטע געשמאקע פארברענגערישע אשכולות ריין פון יעדן לשוה"ר וכו', סאו וואס איז דען שלעכט צו שערן איינער דער אנדערער, אדרבה למען אחי ורעי אדברה נא חדשות.
פערטנס אז דו ווילסט קענסטו בסך הכל זאגן איך וויל זיך נישט דארט דרייען, וואס איז דאס מיר?
פיפטנס מיט די איינע זאך ביסטע גערעכט, אז דער גראף העט ווען געדארפט אריינקומען, מיט די נייעס און באשרייבן א לענגס און א ברייטס, על אף וואס ער האט אזא גרויסע סקאר, יאך זעה טאקע לעצטענס האלט ער זיך שטארק פארנומען, ער ווייסט נישט וואס ערשט צו טוהן, מיט די הויכע נומער, יאך האב אן עצה פאר איהם אז ער זאל מאכן א מינוס פון 70, און דאן געסעלווט אלע פראבלעמן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 21:20 |
|
| |
התאחדות, יישר כח! א דאנק דעם לאז איך דיר צולייגן זיבעציג צו דיין סקאור (וועסט נאך אלץ נישט ביטען מיינס).
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 22:01 |
|
| |
איך טראכט אז די מסקנות דארטען זענען נאר צו ענקארעדזען אז מזאל מאכען די לאנגע IQ און אזוי וועלען זיי מאכען אפאר דאלער.
והא ראיה, מאך איבער די טעסט וועסטו זען אז דו באקומסט אן אנדערע מארק ווי פריערדיגע מאל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2005 22:21 |
|
| |
מיט א זעלטן אויסגעגאסענעם פרייליכקייט, שפאצירט זיך היינט אריין 'חיים חייקל דער פשוטער וואסער טרעגער' צווישן די טישן אין די קרעטשמע.
וואס איז חיים חייקל? וואס זיינט איר היינט עפעס מער פרייליכער ווי אלעמאל?
חיים חייקל צושמייכלט זיך און גיבט זיי צו ערקלערן:
היינט אינדערפרי בעת איך האב זיך ארויסגעלאזט אין מיין טעגליכער וועג, אנגעלאדענט מיט די עמער'ס וואסער אויף די פלייצעס, האב איך אזוי ווי שטענדיג אפגעשטאט מיין באזוך אין די קרעטשמע, און איך האב געמערקט אז דא - ביי דעם טישל - האט אונזער הויכגעשעצטער גראף אויסגעגאסן עפעס א מאדנער פראגע פאר אונז די איינפאכע דארפ'ס לייט, און ער האט דערביי עפעס צוגעצייכנט אן אדרעסע פון א דערנעבנדיגע קרעטשמע.
כאטש וואס חיים חייקל גייט פארביי די דאזיגע באצייכנטע קרעטשמע זייער אפט, איז אים אבער נאך קיינמאל אויפן געדאנק געקומען זיך אפצושטעלן דארט..., דאסמאל אנדערשט ווי אלעמאל האט חיים חייקל יא אריינגעוואנדערט אין די באצייכנטע קרעטשמע, בכדי צו קענען עטוואס פארשטיין די מאדנע פראגע פונעם גראף.
חיים חייקל נייגט צו אן אויער צו די פרעמדע געשפרעכן אין אט די יעניגע קרעטשמע (פארשטענליך אז חיים חייקל אלס גאסט רעדט נישט דארט אריין ער טוהט זיך נאר איינהערן...). אלס איינפאכער דארפסמאן האט חיים חייקל נישט גענוי אויפגעכאפט די געשפרעכן דארט, אבער אויף אזויפיל האט ער יא פארשטאנען אז די פראגע איז עפעס געכער און מער פאסיג פאר הויכגעשעצטע אדל לייט ווי גרעפער און פריצים, ווי פאר איינפאכע דארפסלייט.
מיט זיין דארפערישן פארשטאנד האט אבער חיים חייקל יא אויפגעכאפט אזויפיל, אז דא האנדלט זיך עפעס איבער די טעמע פון ניצן דעם קאפ...
חיים חייקל פארלאזט אזוי יענע קרעטשמע און לאזט צוריק אין זיין וועג אריין ווען. וואס וויל ער דער גראף פון אונז? וואס ערווארט ער מיר זאלן אים ענטפערן? מילא ער שטעלט זיין פראגע אין א קרעטשמע וואו עס דרייען זיך זיינס גלייכן, נו, דאס איז פארשטענדליך, אבער דא ביי אונז אין דארף ווי עס דרייען זיך מער ווייניגער דערפערישע מענטשן וואס פארשטייען נישט צו די אלע זאכן, וואס ערווארט ער מיר זאלן אים ענטפערן?
חיים חייקל טראכט אהער און טראכט אהין ביז ער קומט צום באשלוס, אז: מיר דארפסלייט קענען נישט ענטפערן דעם גראף לויט זיין הויכגעשעצטע שפראך, מיר דארפסלייט וועלן אים ענטפערן ווי דארפס מענטשן.
און אט דאס וואס מיר וועלן אים זאגן:
"ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, והבדילנו מן התועים, ונתן לנו תורת אמת, וחיי עולם נטע בתוכינו. הוא יפתח לבינו בתורתו, וכו'.
ס'הייסט אזוי – טראכט אזוי חיים חייקל צו זיך – די גרעפער מיט זייער גרעפערישן קאפ מח שטרוי זאק האבן דאך ניט באקומען דעם גרויסן געשאנק פון אלמעכטיגן גאט, זיי האבן דאך נישט קיין תורה וואס זאל אנפולן זייערע קעפ, דעריבער ווען זיי לאזן זיך ארויס לערנען אדער שטודירן פאקט מען אריין אין זייערע קעפ שטודעראציעס און וויסנשאפטן וועלכע זענען טיילמאל געבויט אויף הוילע פאנטאזיעס, און אויב דאס איז נישט גענוג טוהט מען - לויט זייערע שטודיעס פאר וועלכע זיי האבן איינגעזען פאר גאר וויכטיג בכדי אויסצורייבן דעם קאפ... - טיילמאל אויך אנפולן דעם קאפ מיט פוסטע שטותים און נאך פיל אנדערע זאכן...
אנדערשט איז אבער ביי אונז גליקליכע יודן. מיר האבן ב"ה באקומען א זעלטענע מתנה פון גאט מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן אונזער לעבנסטעג, מיט וואס אונזערע קעפ, מיט וואס צו שארפן אונזערע מוחות, דאס איז דאך די הייליגע תורה! וואס אין איר איז באהאלטן אלע חכמות און וויסנשאפטן, דאס שארפט און רייבט דעם מח מער פון אלעם!
די אלע געשפעכן דארט אין יענעם קרעטשמע צו וואס חיים חייקל האט זיך איינגעהערט, זענען געבויט בערך לויט די לערערס, געדאנקען און אנווייזונגען, וואס די אלע גרעפער האבן באקומען בעת מ'האט זיי פרובירט צו רייבן דעם מח לויט זייער שטייגער, אן א תורה, ביי אונז יודעלעך אבער ווען איינער וויל באמת וויסן ווי ווייט עס איז די שארפקייט פון זיין מח דארף מען אים פארלייגן א שווערער תוספות אין מס' יבמות (למשל), און זען וויאזוי ער סעפראוועט זיך דערמיט!
אט דאס איז מיין שמייכל – שרייט אזוי חיים חייקל אויס מיט פאטאס – איך פריי מיך, איך זינג צו מיר, ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 00:13 |
|
| |
חיים חייקל, איך בין גרייט אויף א בחינה בכתב אדער בעל פה פון דיר...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 02:00 |
|
| |
חיים חייקל זינגט זיך אזוי אונטער ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו...
און פלוצלינג הערט אזוי, ווי דער גראף פרעגט אים עפעס וועגן א בחינה.
וואס בחינה? ווען בחינה? - גיבט אים חיים חייקל צו ערקלערן פארן גראף - איר ווילט מעסטן אייער גראפישן קאפ ווי שנעל, ווי טיף, זי קען דערהייבן, דאן זעצט אייך לערנען 'בעיון' א שטיקל תוספ'...
אזוי זאגט חיים חייקל'ס איינפאכער דארפישער קאפ...
אויב דער הויכגעלערנטער גראף פארשטייט אנדערש, דאן ביטע זאל ער ערקלערן זיינע ווערטער פאר די דערפישע מענטשן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 02:19 |
|
| |
חיים חייקל, איך זעה דו ביסט א שווערער בחור. לאמיר דיר ערקלערן (איין מינוט, לאז מיר אראפדרייען די וואליום פון מיין אייקיו, אנדערש וועסטו נישט פארשטיין אפילו וואס איך רעד).
קיינער איז נישט מחולק מיט דיר אז נאר די תורה שארפט אויס דעם מענטשן'ס קאפ, און אז מען קען אפלערנען גרינטליך א שטיקל גמרא, לית טב מיניה. מיר האבן שוין אפגעהאלטן א לענגערן געשפרעך איבער די נושא דארט ביי די שטעגלעך וואס פירן ארויס פון דארף (דאכט זיך ס'הייסט אויף רומעניש: גוגעל טאלק)...
אבער דאך, א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און דאס נייגער האט זיך איבער מיר געשטארקט, האב איך אנגעפרעגט די חכמים ונבונים אין אנ"ש וואס דאס איז "אייקיו", איך האב זיך זעלבסט געוואלט פרובירן ווי ווייט מיין חכמה גייט.
יגעתי ומצאתי תאמין, נאך עטליכע פרואוון איז מיר געלונגען אדורכצוברעכן דעם גאנצן בחינה דארט, און צו מיין ערשטוינטקייט האב איך באקומען א סקאור פון "141"!
וויל איך דאך אז מיינע חברים דאהי זאלן אויך ווערן מחוזק, זאלן זיי אויך איינזען זייערע אייגענע קענטעניסן, האב איך זיי צוגעצייכנט א מראה מקום וואו זיי קענען אליינס דורכגיין א בחינה בכתב, וואס דאס וועט האפנטליך צוגעבן צו זייער זעלבסט זיכערקייט.
פארשטאנען???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 03:11 |
|
| |
חיים חייקל א שווערער בחור?
עס גיבסט נישט אזעלעכיגס ביי חיים חייקלען! ער איז דאך שטענדיג דער פרייליכער און נאכגעביגער...
א שוואכן איי קיו, אה... דאס אפשר יא, חיים חייקל איז דאך נישט מער ווי א איינפאכער וואסער טרעגער, מיט א דארפישן קאפ אויף זיך...
- שרייט חיים חייקל צוריק צום גראף מיט א האלבן שמייכל אונטער די נאז -
חיים חייקל שטארקט זיך, זיין דארפיש קאפ האט נאך נישט געכאפט דעם גראפ'ס ווערטער, און נעמט מוט און פרעגט צוריק דעם גראף.
הויכגעלערנטער גראף: זיכן חיזוק צו דער קאפ ארבעט, דארפן נאר די וואס דער קאפ ווערט נישט געהעריג גענוצט און אויסגעריבן ביי אונזער תורה...
די אלע חיזוק וואס איר האט געקריגן דארט פון די הויכבאשפריצטע שטודירטע קעפ, איז אלעס הוילע שטותים, ווייל די פראגעס זעלבסט און דער עיון אין זייערע פראגעס זענען אלס געבויט אויף זייערע געבויטע שטודיעס, וואס אויב מען ענטפערט די שאלות אויף כך וכך פראגן יעמאלט זענט איר אזוי און אזוי שארף, אבער נאך אלעם האט דאס קיין פארגלייך צו עיון התורה, אין מיינע דארפישע אויגן קענט איר זיי טויזנט מאל ענטפערן און נאך אלס זיין א צוריקגעשטאנענער אין קאפ...
פארשטייט דער הויכגעלערנטער גראף דעם דארפישן שפראך?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 06:02 |
|
| |
אוי חיים חייקעלע חיים חייקעלע, מיט דיר וועל איך שוין נישט געוואונען סיי ווי, לאז שוין זיין, לאז שוין זיין, ביסט טויזנט פראצענט גערעכט אזוי ווי אייביג. נאר בלייבט נאר און חיים חייקל בלייבט חיים חייקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 10:56 |
|
| |
גראף באטרעפט 'קמא קמא' מיטן כולל כלומר ריכטיג ביסט טאקע א תנא קמא אבער ביסט אויך א באבע קמא.
'משוגעה' וויניגער 141 באטרעפט גראף.
וואס נאך וויסטו זאל איך דיר זאגן?
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 19:53 |
|
| |
גראפעלע טייערער הער זיך איין:
איך האב מיך נישט געוואלט אריינמישן אין דעם אשכול ביז היצט, ווייל איך האב געהאלטן אז דער אשכול וועט דא אין די קרעטשמע נישט ציען קיין ספעציעלער אויפמערקזאמקייט, אבער אז ס'שוין יא פארוואנדלט געווארן אין הויכע טענער, וויל איך דיר קודם זאגן: אז דיין לעצטע תגובה פאר חיים חייקלען איז עפעס נישט צו דער זאך, עס ווייזט אויף עפעס אזאנס וואס ווערט אנגערופן... יא ביסט גערעכט, איך האב נישט וואס צו ענטפערן...
אין אנדערע ווערטער האסטו געזאגט אזוי: גראף בלייבט גראף און חיים חייקל בלייבט חיים חייקל, נו, ווער איז דער נאר...?
אין צום עצם ענין. (אויב דו לאזט מיך ענטפערן פאר חיים חייקלען אנשטאט דיר)
אמת, איינער וואס שארפט זיין מח אין חכמות התורה און ניצט דאס 'כדבעי' איז אסאך מאל פיל מער ווי דער גוי להבדיל, ווייל די חכמות התורה וועלכער איז עמוק עמוק איז כולל אין זיך אלע חכמות, און אז איינער לייגט אריין זיין מח אין תורה, צו פארשטיין יעדע זאך על בורי', מיז ער אטאמאטיש אנקומען צו ניצן און שארפן זיין מח, און ער קומט אטאמאטיש אן צו די אלע חכמות.
און חוץ מזה איינער וואס ניצט זיין מח אין תורה "כדבעי", קען צומאל ניצן זיין איי. קיו. פיל מער ווי געווענדליך, (כידוע זאגט מען דאס אויף איינעם פון די גדולי ישראל וואס האט געליטן אויף קאפ וויי, אז די סיבה דערפון איז געווען ווייל ער האט אנגעשטרענגט זיין מח מער ווי נארמאל).
אבער צו זאגן אז די איי. קיו. טעסטס וואס איז געבויט אויף שטודיעס איז שטותים, קומט טאקע נאר פון זייין דארפיש פארשטאנד. (הגם איך האב נאך נישט גענומען דעם טעסט, ווייל די בילדער קומען מיר עפעס נישט ארויף, פונדעסוועגן דאך ערלויב איך מיר צו זאגן מיין מיינונג, קענסט מחולק זיין). ווייל פון צווישן די אלע שאלות ווערן לכאורה אויך פארגעשטעלט, אזעלעכיגע סארט שאלות אויף וועלכע מען דארף זיך אנשטרענגען, און ניצן דעם מח מער ווי א געווענליכער טראכט פון וואס דער לויפנדיגער מח איז סתם אזוי געוואוינט, הגם איך ווייס נישט צו פון צווישן די אלע שאלות איז דא אפי' איין שאלה וואס פעלט זיך אויס צו האלטן קאפ און חשבונ'ען א מהלך, וואס להבדיל ביי א סוגיא אין ש"ס איז דאס פון די ערשטע זאכן, אבער צו זאגן אז דאס טעסט אינגאנצן נישט דעם מח, ווי ווייט שארף דער מח איז, אדער ווי שטארק גרינטליך דו ביסט גרייט צו דערגיין א זאך, דאס איז לכאורה נישט ריכטיג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 20:16 |
|
| |
זרח'ל;
איך האב זיך טאקע אויך צוריקגעהאלטן פון נעמען א שטעלונג אין די נושא ביזדערווייל, אפשר טאקע צוליב די זעלביגע סיבות ווי דיר
אבער אז עס איז שוין יא אזוי, לאמיר כאפן א שמועס. קודם כל, אינטערסאנט אז די בילדער קומען נישט ארויף ביי דיר, איך גלייב נישט אז דזשעי-נעט לאזט נישט זעהן קיין בילדער פון קעסטעלעך מיט רינגעלעך וכדומה. רוף זיי אן און האלט זיי אפיר דערויף.
לעניית דעתי קענען יא די סארט שאלות און געדרייטע געקונצעלטע חכמה'לעך ארויסהעלפן אין לימוד התורה, ווייל עס לערנט דיר אויס א מהלך המחשבה, נעמליך: נישט אלעס וואס דו זעהסט איז אזוי פשוט ווי דו זעהסט דאס! עס איז עמוק עמוק ומי ימצאנה.
אין אנדערע ווערטער: ווען דו ליינסט אן ענגליש ביכל, ווייסטו קלאר אז אונטער די ווערטער שטייט גארנישט, עס איז הויל, פוסט און וואוסט! דער שרייבער האט נישט געהאט קיין באזונדערע מחשבות, נאר אז דאס ווארט זאל געשריבן ווערן, און אז דו זאלסט פארשטיין בערך וואס ער וויל ארויסברענגן.
להבדיל אלף אלפי הבדלות וקידושים איז אונזער הייליגע תורה.
יעדע ווארט, יעדע הגה פי פון אונזערע הייליגע תנאים ואמוראים איז טובא גניז בגוויה, מען קען דאס אפלערנען באופן פשוט, און אפילו אין פשטות התורה קענען זיין עטליכע פשטים, צומאל וועט רש"י אליין צוברענגן צוויי פשטים, אדער די תוספות און ראשונים אויפן פלאץ, און עס איז ברור כשמש אז אלו ואלו וכו'.
קומט דאך אויס אז ווען א איד זעצט זיך לערנען, מוז ער האלטן זיין מח אפן, ער מוז זיין גרייט צו טראכטן אנדערש ווי געווענליך, טיפער ווי ער טראכט ביים ליינען מילי דעלמא, אויף דעם קומט צוניץ א געדרייטע בחינה, דיר צו ווייזן אז מען קען נוצען דעם מח אויף א טיפערן אופן ווי סתם זיצן און ליינען שטותים וואס - כידוע - דאס הרג'ט אפ דעם מח און פארדזשאווערט עס (עי' ערך טעלעוויזשען, מואוויס, וכל השאר).
 |
|
|
|
|
|