בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס זאגט איר צו מיר???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2005 20:43 לינק ישיר 

אזוי ווי עס שטייט דא לאנגע מגילות, האב איך עס נישט אדארעך געליינט, אבער ווי איך פארשטיי רעד זיך דא פון די מהות פון IQ.

מיין מיינונג איז ווי פאלגענד:
עס מיינט נישט אז דער גאון אין גמרא וועט באקומען א הויכע IQ, ווייל רוב שאלות אין אלגעמיין ביי אן IQ איז ווי אינטעלעג'נד און געלערנט מ'איז און נישט אויף די קליגשאפט, והא ראיה, זיי פרעגען פשט אין ווערטער, דאס מיינט אז אויב האסטו געלערנט דעם נושא ווייסטו דאס, און אויב נישט נישט אפילו דו קענסט אפפרעגען תוספות תירוץ.

אבער דאס איז זיכער אז איינער וואס נוצט אסאך די קאפ כאפט בעסער איעדע פרט פאר זיך (למשל וועלכע ליין איז לענגער, זעט מען גלייך אז עס איז אייניג)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 21:00 לינק ישיר 

ר' קרעמער:
איך הער – בעסער געזאגט דערהער - דיין מיינונג און איך פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער דעתי העני' איז אביסל מחולק מיט דיר.

פארוואס?
ווייל דאס ווייסט (פארשטייט זיך ווער עס וויל וויסן...) יעדער בר בי רב דחד יומא, אז ווען מ'זעצט זיך אראפ לערנען א שטיקל גמרא מוז מען האלטן דעם מח אפן, אנדערש גייט דאס נישט, ווי איך האב דאס שוין פריער ארויסגעברענגט, אז איך ווייס נישט צו פון צווישן די אלע שאלות איז דא אפי' איין שאלה וואס פעלט זיך אויס צו האלטן קאפ און חשבונ'ען א מהלך, וואס להבדיל ביי א סוגיא אין ש"ס איז דאס פון די ערשטע זאכן, און יעדער וואס זעצט זיך אראפ לערנען א סוגי' מיט די ראשונים 'כדבעי', דארף שוין ניצן זיין קאפ און ווייסט גלייך אז ער מוז האלטן חשבון און צולייגן קאפ און מח צו יעדן ווארט. מ'דארף נאך נישט דעריבער - צוליב די סיבה - צוקומען צו די זאכן, כדי צו וויסן אז ביים לערנען דארף מען ניצן דעם קאפ טיפער ווי דער פשוטער פארשטאנד.

נאר וואס יא?
עס שאד נישט ווען איינער וויל נעמען דעם טעסט, ער מעג זיך וועלן טשעקן זיין מח ווי שנעל, טיף, פארשטענדיג דאס איז, אבער צו זאגן אז דאס וועט אים מאכן 'איינזען' אז מ'דארף ניצן דעם מח, איז לכאורה נישט ריכטיג וכנ"ל. און באמת ווען איינער זאל זיך למשל פארהערן א סוגי' עמוקה מיט די ראשונים ביי..., וועט ער דערביי סאך מער געוואויר ווערן ווי שטארק שנעל, טיף און גוט, זיין מח ארבעט. דער טעסט איז א שטערקערער און א טיפערער.

אגב, פון דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט:
"אויף דעם קומט צוניץ א געדרייטע בחינה, דיר צו ווייזן אז מען קען נוצען דעם מח אויף א טיפערן אופן ווי סתם זיצן און ליינען שטותים וואס - כידוע - דאס הרג'ט אפ דעם מח און פארדזשאווערט עס"
קען מען אפשר ארויסנעמען, אז מ'זאל פון דעם נעמען עפעס אזא דרך הלימוד וויאזוי צו ניצן דעם מח ביים לערנען...

----
כורמיזא:

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. ס'הייסט זיי טעסטן נישט דעם IQ פונעם מח, נאר די ידיעות פונעם מח?

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 14/12/2005 21:06:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 21:14 לינק ישיר 

די גאנצע וועלט רעדט פון מיר... נאך יעצט באקום איך אימעיל פון "טיקעל.קאם", ליינט ווי זיי שרייבן אז איך בין קלוגער פון 99% פון אייך...


Your IQ score is 141. This means that you are smarter than 99.0% of all other Super IQ test takers.

This number is the result of a scientifically-tested formula based on how many questions you answered correctly on the Tickle Super IQ Test.

But there's more to intelligence than a single number, a single score, or a single label. Tickle uses 8 distinguishable dimensions of intelligence in the Super IQ Test. By analyzing your individual scores on those 8 scales, we are able to look beyond the raw IQ score into how you process information, and which intellectual strengths you're best at.

Your test results indicate that the way you process information makes you a Creative Theorist.

You are a highly intelligent, complex person. You process all kinds of information easily, using the power of both your creative and analytic abilities. In any situation, you know how to extract the most valuable details and use them to understand the larger picture. Most people do not have your talent of being able to spot both numerical and visual patterns.

Your highly imaginative mind allows you to be innovative, and conjure up notions of what could be. In some circles this is called "thinking outside the box" and is considered an extremely valuable asset. However, not everyone is prepared for such an active imagination and you may find you have to spend time convincing people of your great ideas. It might behoove you to find others like you, who are able to understand how your mind works.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2005 22:19 לינק ישיר 

יא זרח אט דאס האב איך געמיינט. זיי פרעגען מער שאלות וואס האט צוטוהן מיט ידיעות.

גראף, אז הויכע IQ און די גיבסט אן עכטע אימעיל אדרעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2005 23:36 לינק ישיר 

כורמיזא, וואו זעהסטו מיין אימעיל אדרעס? (איך טענה זיך נישט מיט דיר, דו האסט 155 IQ).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2005 23:40 לינק ישיר 

דו פארשטייסט טאקע נישט וואס כורמיזא פרעגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס זאגט איר צו מיר???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext