| נשלח ב-14/12/2005 21:40 |
|
| |
רויטע אשכולות
איך קום אריין אין קרעטשמע מיך אביסל אפריען פון די ארבעט און באמפ פיר רוטע שטרענגע אשכולות שטייען ביים טויער.
צו וואס דארף דאס אזוי זיין? אזויפיל רויטע אשכולות? עס ווערט שוין באלד אזוי ווי די טיטלען וואס לויפט ארום און ווער עס וויל נעמט וועלעכע טיטל ער וויל.
אפשר קען מען מאכן איין רויטע אשכול, און דארט אריין לייגן לינקס צו די אשכולות וואס וואלטן געדארפט זיין רויט. אין די מנהלים וועלן עס פארשפארן, און ווען זיי וועלן וועלן עפעס צולייגן זאלן זיי עס עפענן, און דערנאך צוריק צומאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2005 23:33 |
|
| |
לכבוד 3X0 האבן מיר אראפגענומען איינס פון די רויטע מעלאנעס. דריי שטיק גלייב איך איז נישט אזא פראבלעם פאר דיר, מיסטער דריי מאל גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 00:03 |
|
| |
א שיינעם דאנק מיסטער קרעטשמער. אבער פארוואס נאר איינס?
מילא די סדרה אשכול קען איך מיר נאך איינרעדן אז איך פארשטיי אז עס דארף זיין אויבן אן, אבער די אנדערע צוויי האב איך נאך נישט געטראפן א סיבה פארוואס עס זאל זיין רויט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:26 |
|
| |
תפלה עושה מחצה
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:59 |
|
| |
גם אני מצטרף לדברי הרב שלש פעמים.
פשוט עס שטייט מיר אין וועג איך קען נישט אריין ברענגן די באקסעס ביר און משקה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 01:29 |
|
| |
וואס גייט דא פאר?
די ערשטע אשכול, וואס הייסט '^^^^^^ פרשת שמות ^^^^^^ ' מיז זיין רויט,ועגן עס איז די סדרה פון די וואך, איי קיינער קוקט נישטאמאל אריין דארט?
די צווייטע אשכול וואס הייסט 'אן Interview מיט מר. קרעמער' מיז זיין רויט, וועגן עס איז א אינטערוויא וואס די אלטע מנהל האט געהאט מיט איינע פון די חשובע שרייבערס פאר באלד צוויי וואכן צוריק, איי יעדער האט עס שוין געליינט?
תוקן על ידי - 3x0 - 17/01/2006 1:29:01
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 02:00 |
|
| |
זערא מאל דריי;
דער אינטערוויו אשכול האט מען שוין געוואלט אראפנעמען, אבער לכבודך וועט מען נאך לאזן אביסל...
וואס פרעגסטו נישט אויף די נאטורליך טאגבוך אשכול?
פארוואס זאגסטו אז קיינער קוקט נישט אריין ביי די פראגע פון די וואך? הלמאי איך קוק דארט אריין 
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:16 |
|
| |
קרעמער
וואס מיינט לכבודך? אז ווייל איך וויל מען זאל עס אראפ נעמען גייסטו עס נאך לאזען?
איך האב יא געפרעגט וועגן נאטוליך'ס אשכול, אבער ווען איך האב געמאכט די תוקן אויף די תגובה האט זיך עס אויסגעמעקט, (איך ווייס אויך נישט וויאזוי דאס איז געשען) האב איך געקלערט אז מן הסתם דארף איך נישט אלעס פרעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:33 |
|
| |
יא לכבודך, ווייל שטעל זיך פאר אז עס וואלטן נישט געווען קיין רויטע אשכולות, וואס וואלסטו געשריבן??? מיר גלייכן צו ליינען דיינע רייד, ווענדן מיר אן אלע מיטלן אז דו זאלסט עפעס שרייבן...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:38 |
|
| |
וואסערע נאך מיטל האט איר פראבירט מיך צו מאכן שרייבן?
און אויב איז טאקע דעס די סיבה וואלסטו ווען געדארפט שרייבן. לכבודי (וואס דאס מיינט דיין כבוד), און נישט לכבודך.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 19:54 |
|
| |
וואו לאנג נאך וועט נאטירלעך טאג בוך רויט זיין אין נישט בלינקען קענסטי עס מאכען בלינקען הרי טוב אבער טאמער ווילסטי עס זאל בלייבען מיט 7 תגיבות אויבען אן וועל איך מאכען א פראטעסט העמער זעהן וויפיל מענטשען וועלען מיט קימען צים פראטעסט טאמער וועל איך האבען געניג מענטשען וועל איך אריינגעבען א פאטישען צי די מנהלים מען זאל עס פענטען גרין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 20:18 |
|
| |
salesman,
 איך בין מיט דיר אלל דע וועי. נאר איין זאך וויל איך דיר בעטן, מאך נישט די פראטעסט די קימענדיגע חול המועד, ווייל איך פלאן צי פארן צו ניאגרא פאלס, און איך וויל נישט פארפאסן די פראטעסט.
תוקן על ידי - 3x0 - 22/03/2006 20:28:13
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 20:26 |
|
| |
לאז וויסען די סדר הבאסעס איך וויל זיך אויך באטייליגען
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 22:29 |
|
| |
3x0 ; איך וואלט אויך געוואלט פארן איך פארנעם 5 זיצען מיט די משפחה קענען מיר פארען מיט איין קאר אפשר? שפארען א ביסעל געלט איך צאל די toll
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 23:11 |
|
| |
נאטורליך;
באמת, וואס גייט פאר, דער עולם שטייט און וויינט, און די מאכסט נאך חוזק?
ביי די וועי, יאנאש האט דיר פארשאפט די וואך נאך א חסיד, יאנאש'נס א חבר האט אים געבעטן עפעס גוטס פונעם אינטערנעץ, נא, וואס האט יאנאש געגעבן, פארשטייט זיך אז די בעסט אף די בעסט, ביידע טאגביכער, און געקאלט האט ער יאנאש'ן דעם אנדערן אינדערפרי, ווען קומט ארויס די נעקסטע פארזעצונג.
וואס זאל איך אים זאגן???????????
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 02:44 |
|
| |
אז די פרעגסט אזוי שיין וועל איך דיר ענטפערען. שמעתי את נאקת ידידיי, איך שלוקערץ היבש ווען איך באקום אי-מעיל דורך די טעלעגראפישע דראטען פון מיינע פריינד איבער מיין אפוועזענהייט אין קרעטשמע לע"ע.
איך בין געווען דעם ווינטער אין לונדון אויף צוויי וואכען. א חודש דערויף אין מיאמי אויף 10 טאג. מיין בעה"ב האט געזעהן אז איך פיהר זיך אויף ביי אים ווי ביים טאטען אין וויין גארטען, האט ער מיך אריין גערופען און געבעטען איך זאל מיך באפלייסען מיט דער ארבייט און ווייניגער פארנומען זיין מיט שמועסען אויפ'ן טעלעפון אדער טייפען אויפ'ן אינטערנעט. צו דער זעלבער צייט האב איך אנגעהויבען קומען צופרי מיט א חבר'ס קאר צו דער ארבייט אנשטאט דער טרעין. איז מיר אוועק געפאלען נאך א צייט פון טייפען. אינדערהיים איבער די וואך, פרוביר איך צו זיין וואס ווייניגער ביים קאמפיוטער. שבת בין איך זיך נוהג נישט צו עפענען דעם קאמפיוטער כל עיקר, אזוי האט זיך אויך געפירט מיין זיידע ע"ה נאך אין פולין.
אלזא מיינע ליבע פריינד, לאז איך אייך איבער מיט א הייסער הבטחה אז ווי נאר איך וועל זיך אביסעל צוזאם קלויבען וועל איך בלי"נ אייך פארציילען איבער לונדון, מיאמי, פורים אין נאך קרישקעלעך לארכה ולרחבה. איבער דאס נייע הייזקע וואס דער סוחר האט מבטיח געווען אז ער האט שוין באשטעלט די ציגעל און ליים פון טייוואן און תיקף דערנאך הייבט מען אן בויען.
 |
|
|
|
|
|