|
|
| נשלח ב-15/12/2005 03:24 |
|
| |
שוין נו אזויווי יעצט איז דאך נאכנישט ניטול,
מוז איך לעצמי שליסן דעם קאפיטל,
גיין שנעל לערנען די תורה די הייליגע,
און נישט זיך פארעווען מיט די קריסטן די שמייליגע.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 03:25 |
|
| |
איך פארמאג קיין הוראה ניט
אבער כ'מיין אז פאר חיים חייקלען איז סאדעס אויך גוט
און אפשר גאר פארקערט איך טראכט
אז חיים חייקל האט סאכדעסן מיט מיר פארפאקט
איך וואלט סאכדעסן געלייגט אין דערערד
ווייל חיים חייקלס טעגיוועס זענען מער פון אלעם ווערט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 03:29 |
|
| |
גם אני מצטרף
גיין דאווענען מעריב
לערנען א בלאט
נישטא צופיל צייט
גוטע נאכט
שיין פארבראכט
אויף ווידערזעהן
ונאמר אמן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 04:47 |
|
| |
שכויעך ר' קרעמער פאר'ן אויפברענגען דעם געשפרעך פון ניטל אויפן סדר היום. נישט נאר ווייל עס גיט מיר היינט א חשק צו גיין צום שיעור.
נאר ווייל, איין יאר האט זיך געמאכט אז איך האב שיעור נישט געלערענט, פשוט קיינער האט מיך נישט מעורר געווען, גאנצע טעג נאכדעם בין איך געווען א שברי כלי אז איך בין כמעט נישט נכשל געווארען.
דער קאלענדער איז שוין געמארקט מיט א גרויסען X און רויטע טינט, נישט לערנען!
ווען? קודם האב איך געשטראכען דער דאטום פון קומענדיגע וואך ביז נאך חנוכה, אז עמיצער ווייסט פון א זיטשובע ניטל אדער רבינו תם, זאל ער מיר מעלדען איך וויל נישט ח"ו מגולגל ווערען פאר'ן לערנען ווען מען טאר נישט.
לא יעשה כן במקומינו
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 19:44 |
|
| |
ווען איז דער אותו האיש געבוירען און פארוואס מאכט מען נישט ניטול יענע טאג ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2005 20:57 |
|
| |
דער אותו האיש איז נישט געבוירן ניטל. פאר די קריסטן קומט אויס בעסער אזוי צו זאגן.
* * *
שאלה: וואס איז דער באדייט פון דעם ווארט ניטל?
לכאורה מיינט עס ניטש געהאנגן אדער אוועקגענומען פון די וועלט, ווייל דאס האט פאסירט ערב פסח.
אויב אזוי, וואס מיינט דאס ניטל?
איך האב אמאל געהערט אז אין געוויסע שפראכן מיינט ניטל = ממזר, ווי אלע ווייסן דאך די מעשה באריכות ווי אזוי זיין מאמע האט געוואוינט מיט א רוימישע סאלדאט מיטן נאמען "פאנדירא" (זיין נאמען ווערט דערמאנט אין די רומישע היסטאריע ביכער).
עס איז דא כמה נסחאות אין די מעשה: יש אומרים אז ער איז גאר געווען א איד, און ער האט פארשלעפט איר מאן צו פראווען שלש סעודות. ער האט אים אנגע'שיכור'ט און דערנאך ביינאכט געקומען צו איר און געזאגט אז ער איז איר מאן. פון יענע נאכט איז ארויסגעקומען דעם אלעמען באוויסטן "יאשקעלע פאנדעריק"!
אגב: פאנדעריק הייסט ער נאך זיין מאמעס.... (פאנדירא)
עס איז פאראן אסאך נסחאות אין די מעשה. ווער עס ווייסט די אנדערע מדרשים אדער מראי מקומות זאל מזכה זיין דעם עולם.
א פרייליכן ניטל!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2005 21:42 |
|
| |
פארוואס קימט אראפ א קליפה אויף דער וועלט יענע נאכט פארוואס טאר מען נישט לערכען פארוואס טאר מען נישט טרינקען וואסער וואס איז נישט געווען באדעקט מיט אייזען פאר וואס איז די הלכה לגבי געוויסע זאכען פינקט אזוי הארב ווי יוה''כ אלעס נאר ווייל די קריסטען האבען אויסגעפאפט די וועלט מיט זיין געבארטס טאג
והשנית וואס איז אזוי גיט אז ער איז געבוירען ניטול
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 19:43 |
|
| |
קנא;
וואסער וואס איז נישט צוגעדעקט מיט אייזן דאס איז ביי די תקופה נישט ניטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 20:06 |
|
| |
אפשר נישט גיט מסבר געוועו די קשיא
איך וויל וויסען איז ער געבוירען ד פינעף און צוואנציג'סטער זאל מען מאכען יענע טאג ניטל און אויב איז די זעקסטער פין יאנעווער זיין געבארטס טאג זאל מען יענע טאג מאכען ניטל
איך וויל באמת פארשטיין
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 07:22 |
|
| |
דיין קשיא ווערט פון זיך אליין פארענטפערט:
ניטל מאכט מען נישט ווען ער איז 'געבוירן' נאר ווען זיי האלטן זייער חאגא.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:38 |
|
| |
איך בין א סאטמערער און ביי אינז מאכט מען ניטל דעם זעקסטער טאג אין יאנאווער און איך ווייס נישט פון קיין חוגא אין יענעם טאג מיין בעה''ב געבט מיר נישט off יענע טאג אפשר איז עס פשוט סאטמער אין מען דארף זיין פארקערט פין די גאנצע וועלט אדער מאכסט'ו פשוט א טעות
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:56 |
|
| |
קנאי;
ס'וואלט כדאי געווען אז דו זאלסט זיך איינהאנדלן די קאסעטעס פון הרב סיני מאלעוויצקי, וואו ער שילדערט אויף א מייסטערהאפטן אופן דעם גאנצן ניטל (איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער איך הער אז ער שילדערט זייער גוט דעם גאנצן עסק).
אויך איז דא א ספר "ניטל ומאורעותיו" (איך מיין אבער אז עס איז נישט דא צו באקומען).
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 19:40 |
|
| |
א גרויסן יישר כח הרב קרעמער פאר די מראה מקומות.
איך וויל נאר צולייגן עטליכע באמערקונגען:
ווי באוויסט האט זיך געשאפן די צוויי ניטל'ן צוליב דעם וואס די קריסטן אין רוים האבן מחליט געווען צו ריקן דעם לוח פאראויס מיט אפאר טעג (מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט אין די פרטים פארוואס, עס איז צו א לאנגע שמועס).
די רוסישע 'פראטעסטאנטן' זענען געווען אפגעטיילט פון די קריסטן פון רוים. דערובער האבן זיי ממשיך געווען צו ציילן לויטן אלטן לוח.
דאס איז די מקור פון די צוויי ניטל'ן!
פארוואס האט מען אין געוויסע פלעצער געהאלטן דעם ערשטן, און אין אנדערע פלעצער דעם צווייטן?
אין די מקומות וואס די גוים פון יענע פלאץ זענען געווען קריסטן, האבן זיי געמאכט זייער 'חאגע' אין דעם צווייטן, ממילה האבן די אידן פון יענע פלאץ געהאלטן ניטל דעם צווייטן. משא"כ די פלעצער וואס די גוים זענען געווען פראטעסטאנטן, האט מען געמאכט 'חאגע' דעם ערשטן, ממילה האבן אויך אידן אין יענע פלאץ געהאלטן דעם ערשטן.
עס זענען געווען פלעצער ווי עס האבן געוואוינט גוים, סיי קריסטן, סיי פראטעסטאנטן. אין יענע מקומות האט מען געמאכט צוויי ניטל'עך.
ווען דער ליובאוויטשער רבי (מהריי"ץ) איז געקומען קיין אמעריקא האט ער געטוישט דעם ניטל, ווייל די גוים אין 'קראוינהייטס' האבן געהאלטן דעם 'חאגע' אנדערש ווי די גוים פון אוקריינא.
אין בעלזא האלט מען ניטל דעם 'דריטן', משום מעשה שהיה, די לעצטע יאר פון כ"ק מהר"א האט ער געזאגט פאר זיין משמש ר' שלום פויגל אז היינט איז ניטל. זינט דעמאלט האלטן בעלזער חסידים ניטל דעם דריטן.
אכטונג! אונזער פורום איז נקי מחשש פאליטיק, ביטע זיך האלטן צו די תקנות הפורום
עס זענען דא וואס - אין געוויסע יארן - האלטן זיי דעם בעלזן ניטל, דאס ווענדט זיך אין די תקופה, אבער דאס איז שוין ווייטער א לאנגע שמועס, ואכמ"ל.
געוויסע פלעצער האלטן ניטל נאר אין חוץ-לארץ, אבער אין ארץ ישראל זענען די חיצונים נישט שולט. דער זעלבע ווערט געזאגט אויף מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבען.
מען קען אפשר זאגן א ריאה צו די אויבענדערמאנטע מנהג:
די ספרדים,און אזוי אויך אלע אנדערע פלעצער וואס די גוים פון דארט האבן נישט געהאלטן דעם 'חאגע', האבן די אידן פון דארט נישט געהאלטן ניטל. אויב אזוי איז ארץ ישראל נישט אנדערש.
תוקן על ידי - kraitchmer - 26/12/2005 14:28:19
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 14:34 |
|
| |
שייןהויך;
יישר כח פאר די נוצליכע ידיעות.
הגם איך האב געמיינט אז אין בעלזא האלט מען פונעם פינפטן אויפן זעקסטן אין יאנואר, איין נאכט בעפאר מיר האלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 15:50 |
|
| |
יישר כח קרעמער איך האב נאר געהערט א ביסל פינעם טעיפ אבער עס קיקט אויס אינטערעסאנט איך האב ליב זיין עריטאָט ביים אפאנגען
|
|
|
|
|