איבער לערנען ניטל:
איך וועל מיך נישט אריינלאזן דא אין די טיפע סוגיא וואס אסאך טינט זענען שוין פארגאסן געווארן דערויף. איך וויל נאר ארומרעדן איבער א צווייטע נושא:
לערנען חסידישע ספרים:
עס זענען דא מקומות וואס מ'לערנט דוקא יא אין חסידישע ספרים, וטעמם ונימוקם עמם:
ווי באוויסט איז איינע פון די עיקר דיפרענצן צווישן חסידים און נישט חסידים, בנוגע תורה. ד.ה. נישט חסידים האלטן אז דער עיקר פליכט אויף די דאזיגע וועלט איז די הייליגע תורה. א מענטש וואס זיצט און לערנט א גאנצן טאג איז א אדם השלם, ער טוט וואס פון אים פאדערט זיך.
חסידים האבן נישט אזוי געהאלטן. ביי חסידים ווייסט מען אז דער עיקר אויף די דאזיגע וועלט איז צוצוקומען צו שלימות דורך דביקות (איך וועל נישט מעריך זיין אין אזעלכע טיפע ענינים), און דביקות קען מען נאר צוקומען דורך לימוד התורה און קיום המצוות, אבער תורה אליין איז נישט קיין ציהל, נאר א מטרה צוצוקומען צו דעם ציהל.
ניטל איז אראפגעקומען א טמאה אויף דער וועלט, און דערפאר מוזן מיר זיך אנשטרענגן אראפצוברענגען וואס מער קדושה. דערפאר דארפן מיר זעהן צו זיין וואס מער דבוק אין באשעפער. דעריבער האט מען מתקן געווען אז מען זאל נישט לערנען נאר זיך אריינלייגן אין דביקות.
(אמר הכותב: אויב דאס איז טאקע די סיבה, האלטן מיר גאנץ שמאל!)
דערפאר זאגן זיי אז חסידישע ספרים מעג מען לערנען, ווייל זיי רעדן בעיקר ארום אין זאכן וואס איז נוגע דביקות. דאס שטערט נישט צום מטרה.
דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען ברוגז אויף די וואס זאגן אזוינע סברות ער האט גע'טענה'עט אז חסידישע ספרים עיקר תורה הן.
בנוגיע מעשיות, איז אויך דא מצדדים לכאן ולכאן, אבער נישט פאר יעצט, אפשר א צווייטע מאל וועט מען מער מאריך זיין איבער דעם.
 |
|
|