בית פורומים היימישע קרעטשמע

האט דער פורום געברענגט עפעס א תועלת?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2005 19:49 לינק ישיר 
האט דער פורום געברענגט עפעס א תועלת?

א גוטן שלום עליכם אידן – איך וועל פרובירן צו רעדן אייער שפראך...

פשוט, איך דריי זיך שוין ארום דא אין דארף, אין די קעלט, א שטיק צייט. איך בין שטעקן געבליבן דא אין דארף, די אייזן-באנען, די וואגאנען, וועלכע פירן מיר געווענדלעך צו די גרויסע שטעט זענען היינט געשלאסן...
א פרעמדער בין איך דא, קאלט איז מיר, און דא בין איך פארבייגעגאנגען עפעס ווארימע קרעטשמע איז מיר דאס ממש כמים קרים על נפש עיפה.
איר געדענקט מיר נאך אודאי. איך האב באזוכט דא ביי אייך, הערשט נישט לאנג צוריק, ווען איך בין דאס פריעריגע מאל פארבייגעפארן דעם דארף.

איז אזוי, איך דריי מיך דא אזוי ארום אין די קרעטשמע, איך האב דאך נישט עפעס באזונדערס וואס צו טוהן דא, איז מיר בייגעפאלן פארצולייגן א פראגע'לע פאר די יושבים דא:

האט אייך שוין הייד פארק עפעס געברענגט?
דהיינו, איך וועל מסביר זיין מיין פראגע.

דאס לעצטע מאל ווען איך האב דא באזוכט, און איך האב זיך מיט אייך שיין אדורכגעשמועס דער ציל פונעם פורום, האב איך זייער הנאה געהאט דערפון!, ווייל איר אלע - יעדער לויט זיין אייגנארטיגער שטייגער - האט מיר שיין ארויסגעברענגט און מסביר געווען דער ציל פונעם פורום, און ווי איך האב דאן פארשטאנען פון אייערע ווערטער, איז דער פורום פשוט געשטעלט אויף אביסל זיך אויצוניכטערן די נערווען, ווי מ'זאגט דאס זיך אויסטשוכען אביסל, איינער סתם אזוי, איינער נאך א שווערן טאג ארבעט, דער אנדערער צוליב אנדערע פארבארגענע סיבות, הצד השווה שבהם זיך אויסצוגעבן אביסל.

אצינד וועל איך זיך ערלויבן צו גיין מיט א טריט ווייטער.
שוין, איר האט זיך שוין אויסגעגעבן, אפגעשריבן אייערע קוועטשענישן, זיך בארואיגט, איז שטעלט זיך די פראגע, האט איר אויך געהאט עפעס א תועלת דערפון?

תועלת קען מיינען - אין מיינע אויגן עכ"פ - עטליכע זאכן, דהיינו, למשל האט דאס אייך שוין אמאל געברענגט אפאר דאלער אויך מיט דעם וואס איר האט זיך דערזען אלס שרייבער? (באמת וואלט איך אייך געפרעגט דאס אין א באזונדער אשכול, צו שרייבן איז א טאלאנט צו נישט? אפשר דאס קומענדיגע מאל ווען איך וועל דא אריינוואנדערן... וואס קען מען וויסן...). אדער למשל תועלת קען מיינען, זענט איר שוין אין משך פון די צייט געוואויר געווארן א דאנק הייד פארק עפעס נוצליכע זאכן עצות, ידיעות, וואס קען אייך צוניץ קומען?. תועלת קען אין מיינע אויגן אויך מיינען, צו האט זיך אייער מח אויסגעברייטערט און איר זענט געוואויר געווארן זאכן, מיינונגען אדער געדאנקען, וואס ווען נישט הייד פארק - וואס גיבט אייך די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט כעלערליי סארט מענטשן פון ארבע כנפות הארץ - וואלט איר דאס אנדערשט אנגעקוקט, אדער אנדערש געטראכט?. נאך א זאך וואס קען מיינען תועלת, איז, צו האט איר א דאנק הייד פארק קענען געלערנט מענטשן (נישט דוקא פערזענדליך), וואס איר האט ספיציעל הנאה פון זייער געשרייבעכס, געדאנקען אא"וו?.

עס איז מסתמא דא נאך עטליכע זאכן וואס מ'וואלט געקענט אויסשמועסן און אויסברייטערן אונטערן קעפל צו הייד פארק האט אייך שוין געברענגט עפעס א נוצליכער תועלת, אבער דאס לאז איך שוין פאר אייך, איר אלס אלט-געזעסענע גולשים וועט איר דאך דאס זיכער קענען בעסער אויסשמועסן און מאכן דערפון א לאנגס און א ברייטס...

דאנק אייך פארן מיך אויסהערן



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 20:30 לינק ישיר 

זאג נאר, וויאזוי פילסטו.
ווען די גייסט אין מקוה ערב שבת און די טרעפסט באקאנטע. מען שמועסט אלע שטותים, מען גייט אין טאאש אריין, זייף גייט אריין אין די לינקע אויג, זעסט אפילו נישט ווי דער חבר האט דיך געלאזט רעדען צו זיך אליין.
ווען די ווילסט דיר דעם קאפ ארום וואשען איז דאס וואסער שוין קאלט. ווען עס ווערט צוריק הייס, שטייט שוין דארט א זקן אומגעדולדיג און יאגט דיך ארויס.
די קליינע וואס די האסט מיט געברענגט (אלץ בעבי-סיטטער) שפרינגען ארום אין וואסער אז די אלטע לייט שרייען טובלען און ארויס.
דערנאך גייסטו אין בור. דאס וואסער איז הייס א מחי', די גייסט אריין מיט דיין רויטע בארד און קומסט ארויס מיט א שווארצע, נאכען אפשמועסען מיט אלע פריינד. ווען אויף דיין ריקען איז באקלעבט מיט א בענעידזש וואס א בחור'ל האט אראפגעלאזט פון א פאראייטערטע פיס פינגער.
א צווייטער האט זיך באזעצט ממש לעבען דיינע ריינע וועש, די שיך פאריקט אויף די אנדערע זייט, שיעור וואס ער טוט אן דיינע גאטקעס.
עס איז 15 מינוט צום זמן, דאס ווייב גיט צו עסען דאס פיצעלס, און די ליכט איז נאך נישט געמאכט אבער די שמועסט ווייטער און מערקסט ניטאמאל אז עס פייפט אינדרויסען.
אויפ'ן וועג אהיים דערמאנסטו דיך אז דער זייגער איז געבליבען אויף די באנק, און דער סעלל-פון האט שוין זיבען קול קורא'ס "ווען קומסטע שוין אהיים".

וויפיל תירוצים די זאלסט טרעפען נישט צו טוען דאס זעלבע קומענדע וואך, גייסטו וואך נאך וואך. אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 22:36 לינק ישיר 

נאטורליך:
אוי לייגסטו עס גיט אראפ, איך קען מיך קוים כאפן דעם אטעם.
אבער וואס האסטו גענטפערט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 22:51 לינק ישיר 

אקעי פאר די קליינע קינדער,
נישט אלעס טוט מען פאר תכלית. סי געשמאק, מען האט הנאה, עס איז צוציענד.
זיכער האבען געוויסע שרייבער הנאה, אנדערש וואלטען זיי נישט געשריבען.
דער אשקול עפענער ווייסט אז מען ווערט נישט באצאלט, ער ווייסט זייער גיט די מטרה פון די קרעטמע אבער עם עקש תתפתל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 23:37 לינק ישיר 

וואס מיינסטו בין איך עפעס א בעבי הא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 23:43 לינק ישיר 

איך באציה זיך בעיקר צו די תיבה אישית שרייבער.
איר זייט א חשובע/ר איד אדער אידענע, זייט נישט ברוגז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 23:48 לינק ישיר 

וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אינגאנצען צימישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 00:03 לינק ישיר 

גראדע וואלט איך יא געוואלט מאריך זיין, ווייל 'סערוויס03' פרעגט זייער גוט, און עס קומט זיך אים א שיינע תירוץ, דער פראבלעם איז אבער אז איך האב נישט עכט קיין צייט יעצט. וועל איך טאן אזוי, איך ברענג אראפ זיינע ווערטער, און איך וועל ענטפערן מיט א געדרייטן סארט אות, אז דער עולם זאל כאפן וואס איך רעד און וואס ער רעדט.
__________________
וז"ל סערוויס 03:
א גוטן שלום עליכם אידן – אה, א גוטען אייך, עליכם שלום א איד, וואס מאכט איר? איך וועל פרובירן צו רעדן אייער שפראך... אקעי, איך וועל פרובירן ענטפערן אויף אייער שפראך.

פשוט, איך דריי זיך שוין ארום דא אין דארף, אין די קעלט, א שטיק צייט. איך בין שטעקן געבליבן דא אין דארף, די אייזן-באנען, די וואגאנען, וועלכע פירן מיר געווענדלעך צו די גרויסע שטעט זענען היינט געשלאסן...
א פרעמדער בין איך דא, קאלט איז מיר, און דא בין איך פארבייגעגאנגען עפעס ווארימע קרעטשמע איז מיר דאס ממש כמים קרים על נפש עיפה.
איר געדענקט מיר נאך אודאי. איך האב באזוכט דא ביי אייך, הערשט נישט לאנג צוריק, ווען איך בין דאס פריעריגע מאל פארבייגעפארן דעם דארף.

איז אזוי, איך דריי מיך דא אזוי ארום אין די קרעטשמע, איך האב דאך נישט עפעס באזונדערס וואס צו טוהן דא, איז מיר בייגעפאלן פארצולייגן א פראגע'לע פאר די יושבים דא:

האט אייך שוין הייד פארק עפעס געברענגט?
דהיינו, איך וועל מסביר זיין מיין פראגע.

דאס לעצטע מאל ווען איך האב דא באזוכט, און איך האב זיך מיט אייך שיין אדורכגעשמועס דער ציל פונעם פורום, האב איך זייער הנאה געהאט דערפון! אה... נאך א מזל, ווייל איר אלע - יעדער לויט זיין אייגנארטיגער שטייגער - האט מיר שיין ארויסגעברענגט און מסביר געווען דער ציל פונעם פורום, און ווי איך האב דאן פארשטאנען פון אייערע ווערטער, איז דער פורום פשוט געשטעלט אויף אביסל זיך אויצוניכטערן די נערווען, ווי מ'זאגט דאס זיך אויסטשוכען אביסל, איינער סתם אזוי, איינער נאך א שווערן טאג ארבעט, דער אנדערער צוליב אנדערע פארבארגענע סיבות, הצד השווה שבהם זיך אויסצוגעבן אביסל.YOU GOT IT RIGHT, SO WHATS BOTHERING YOU RIGHT NOW?

אצינד וועל איך זיך ערלויבן צו גיין מיט א טריט ווייטער. נו, לאמיר שוין זעהן, מיר לאזן אייך גיין מער ווי איין טריט ווייטער... דער עיקר: גייט... עה... מיר מאכן נאר א וויץ, נעמט עס נישט פערזענליך

שוין, איר האט זיך שוין אויסגעגעבן, אפגעשריבן אייערע קוועטשענישן, זיך בארואיגט, איז שטעלט זיך די פראגע, האט איר אויך געהאט עפעס א תועלת דערפון?

תועלת קען מיינען - אין מיינע אויגן עכ"פ - עטליכע זאכן, דהיינו, למשל האט דאס אייך שוין אמאל געברענגט אפאר דאלער אויך מיט דעם וואס איר האט זיך דערזען אלס שרייבער? פון די קרעטשמע דא איז נאך קיינער נישט רייך געווארן, אבער פון מיינע זייטיגע אקטיוויטעטן שעפ איך חיונה ב"ה ערב ובוקר וצהרים
(באמת וואלט איך אייך געפרעגט דאס אין א באזונדער אשכול, צו שרייבן איז א טאלאנט צו נישט? איך האלט אז עס איז א טאלאנט, וואדען? איז מאלעווען (מאלן) א טאלאנט? איז זינגען שיין א טאלאנט? אודאי אזוי, אפשר קען מען זיך אויסרייבן דערין, פונקט ווי א זינגער קען גיין צו שטומע לעקציעס, אבער נישט דאס איז דער יסוד, ער מוז האבן א שטיקל טאלאנט דערצו אפשר דאס קומענדיגע מאל ווען איך וועל דא אריינוואנדערן... וואס קען מען וויסן... אוי מיר קענען שוין קוים ווארטן).

אדער למשל תועלת קען מיינען, זענט איר שוין אין משך פון די צייט געוואויר געווארן א דאנק הייד פארק עפעס נוצליכע זאכן עצות, ידיעות, וואס קען אייך צוניץ קומען? אבער נאך ווי!!! איך הער נישט אויף געוואויר צו ווערן נייע זאכען יעדן טאג!!! צב"ש לעצטנס בין איך געוואויר געווארן וואס סאמעט איז... וואס כתונת פסים מיינט... וויאזוי אליעזר עבד אברהם'ס טאטע האט געהייסן... וויאזוי לוט'ס ווייב האט געהייסן... וויאזוי ישמעאל'ס ווייב האט געהייסן (אקעי, דאס האב איך געזען אין סדר הדורות, נישט אין די קרעטשמע)... אויך הונדערטער מילי דעלמא וואס איך האב נישט די צייט און געדולד אויסצורעכענען יעצט.

תועלת קען אין מיינע אויגן אויך מיינען, צו האט זיך אייער מח אויסגעברייטערט און איר זענט געוואויר געווארן זאכן, מיינונגען אדער געדאנקען, וואס ווען נישט הייד פארק - וואס גיבט אייך די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט כעלערליי סארט מענטשן פון ארבע כנפות הארץ - וואלט איר דאס אנדערשט אנגעקוקט, אדער אנדערש געטראכט? מיליאן פראצענט! איך האב א געלעגנהייט צו ליינען געדאנקענגענג פון פארשידענע סארט מענטשן, איך האב א זעלטענע געלעגנהייט צו זעהן אלע זייטען פון א דעבאטע און מיר אליין ציען מסקנות, א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט פארמאגט.

נאך א זאך וואס קען מיינען תועלת, איז, צו האט איר א דאנק הייד פארק קענען געלערנט מענטשן (נישט דוקא פערזענדליך), וואס איר האט ספיציעל הנאה פון זייער געשרייבעכס, געדאנקען אא"וו?. איך וועל זיך ערלויבן צו שרייבן אז איך בין פון די יחידים אויף היידפארק וואס האבן קענען געלערנט "זייער אסאך" שרייבער אויף א פערזענליכן אופן, און איך האב "מורא'דיג הנאה" פון איטליכן פון זיי!!! טייל זענען גוטע שרייבער, אנדערע גוטע ליינער, אנדערע סתם איינגענעמע שמועסער און פארברענגער, איך וואלט געברויכט שרייבן א באזונדערע ארטיקל דערוועגן, אבער אז דו פרעגסט שוין, וועל איך דיר דא ענטפערן: איך האב צו פארדאנקען היידפארק פאר אסאך גוטע חברים וואס זענען מיר צוגעקומען די לעצטע האלב יאר!!!

עס איז מסתמא דא נאך עטליכע זאכן וואס מ'וואלט געקענט אויסשמועסן און אויסברייטערן אונטערן קעפל צו הייד פארק האט אייך שוין געברענגט עפעס א נוצליכער תועלת, אבער דאס לאז איך שוין פאר אייך, איר אלס אלט-געזעסענע גולשים וועט איר דאך דאס זיכער קענען בעסער אויסשמועסן און מאכן דערפון א לאנגס און א ברייטס...

דאנק אייך פארן מיך אויסהערן קיין פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/12/2005 00:16 לינק ישיר 

פארברענגען איך האלט אויך אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2005 00:17 לינק ישיר 

ר' קרעמער ווי שטענדיג !
you are great



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2005 03:19 לינק ישיר 

א גוטן ר' סערוויס:

איך האב נישט קיין געדולד צו ענטפערן יעצט, טא איך וועל טון וואס א יוד טוט, כ'וועל ענפערן דורכן צוריקפרעגן פראגעס.

זאגט נאר ר' סערוויס:

-האבן אייערע פראגעס אייך געברענגט עפעס א תועלת?

-ווען איר וועט באקומען ענטפערס אויף די פראגע וועט איר פרעגן נאך פראגעס?

-צו ווילט איר הילף מיט פראגעס צו פרעגן?

-וואס איז אייער ציל מיט די פראגעס?

-איז אייער ציל צו פרעגן אדער צו באקומען תירוצים?

-אויב אייער ציל איז צו פרעגן, האט איר שוין ערפילט אייער ציל?

-אויב אייער ציל איז צו באקומען ענטפערס, איז שייך צו ערפילן אייער ציל?

-אויב איר גייט ערפילן אייער ציל, גייט איר אויפהערן פרעגן, און אנהייבן שרייבן?

-אויב גייט איר אנהייבן שרייבן גייט איר האבן א ציל דערמיט?

-אויב גייט איר האבן א ציל דערמיט, גייט איר האבן א תועלת דערפון?

-איז פרעגן פראגעס א טאלאנט?

-איז פרעגן פראגעס א קרענק?

-צו איז דא נאך א פראגע וואס איך קען אייך פרעגן?

-אויב איך האב נאך א פראגע, זאל איך עס פרעגן?

-צו האב איך א ציל מיט מיינע פראגעס?

המשך יבא, בלי"נ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 04:25 לינק ישיר 

המשך צו מיינע פראגעס;

-גלייבסט מיר אז איך מיין דיך נישט אריינצופליקן און טשעפענען נאר סתם דיך צו צוריקצופרעגן 'אויף דיין שפראך'?

-



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 05:11 לינק ישיר 

יענטאאש very good



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 17:24 לינק ישיר 

גוט מארגן טייערע חברים.

איידער איך וועל זיך באציען צו די ווערטער פון דעם שרייבער קרעמער, שפיר איך ביי מיר פאר א שטיקל חוב, זיך מתנצל צו זיין פאר עטליכע גולשים דא, וואס האבן זיך געפינען אביסל געטראפן פון מיינע ווערטער, כאילו איך בין געקומען דא ח"ו קריטיקירן. און זאלן מיינע דברי התנצלות דינען ווי אלס אן ענטפער פאר די שרייבער'ס 'נאטורליך' און 'יענטאש'.

ווי איר אלע האט מיך קענען געלערנט, פון פריערדיגן מאל ווען איך האב דא באזוכט ביי אייך, בין איך אן איינפאכער מענטש וועלכער האט נישט צופיל פרייע מינוטן זיך ארויסצולאזן אויף א שפאציר אין פארק און אביסל פארברענגען. האט זיך געמאכט מיט צייט צוריק, אז איך האב עפעס יא געהאט אביסל פרייע מינוטן זיך אפצורוען פון מיינע געווענדליכע שווערע ארבעט, האב איך זיך דאן ארויסגעלאזט אויף רואיגן שפאציר אין דעם וועלט בארימטן פארק, "הייד פארק", בכדי אביסל צו פארברענגען, שמועסן, רעדן מיט אנדערע, א.א.וו.
אזוי ארומשפאצירנדיג דאן אינעם פארק בין איך געווארן אינגאנצן אנטוישט, דען רוב פעלדער אין פארק זענען געווען פארקייטעלט מיט גרויסע גראטעס, מען האט מיך פשוט נישט אריינגעלאזט, ביי די טירן שטייען דארט שומרים און אז מ'וויל אריינגיין אביסל פארברענגען דארף אויספילן א גאנצען אפליקעישן, מען דארף ווייזן אן ID, און אזוי ווי איך בין דאך נישט אזא אפטער באזוכער דא אינעם פארק, האב איך זיך אויסגעדרייט, געגאנגען ווייטער און אנגעהויבן זוכן עפעס אן אנדער פאסיג ווינקל אין פארק, וואו מען לאזט פריי וויליג אריין יעדן.
דא איז מיין אנטוישונג געשטיגן. פארוואס? ווייל ווי נאר איך האב זיך אריינגעזעצט אין יענעם פורום, מיינענדיג אז ענדליך האב איך שוין געטראפן עפעס א ווינקל וואו איך וועל קענען אביסל פארברענגען, איז באלד צוגעקומען צו מיר איינער א אויפזעעהר, און זאגט מיר, ר' איד: פיין און וואויל, איר קענט דא זיצן אומגעשטערט רואיגערהייט, אבער נישט אריינרעדן נאר אויסהערן. פרעג איך אים, וואס דארף איך טוהן איך זאל קענען אריינרעדן?, זאגט ער מיר: דא האסטו אן אפליקעישן פיל עס אויס. פרעג איך אים, און וואס איז נאכדעם?, זאגט ער מיר: ביז א טאג צוויי וועט דיר אנקומען תשובה אויף די פאסט צו דו קענסט דא רעדן אויך צו נישט.
איז ווייטער דאס זעלביגע, קיין אפטער באזוכער בין איך נישט דא, איך בין נאר דא א מאל א יובל ווען איך האב צייט, און וויל "יעצט" פארברענגען, נישט צוויי טאג ארום! גיי ווארט צוויי טאג אויף די פאסט תשובה, און דערנאך ווער ווייסט וואס די תשובה וועט זיין, אפשר יא אפשר נישט. איך הייב מיך אויף איך לאז מיך ארויס פון דארט און איך גיי פריש זוכן א פלאץ וואו איך קען געשמאק פארברענגען רעדן און שמועסן.

אזוי קריכנדיג אהער און אהין האב איך אנגעטראפן די טויערן פון אייער געשמאקע קרעטשמע, און אזוי ווי איך בין דאן געווען א פרעמדער, א נייער, האב איך קודם געוואלט פארשטיין וואס מען רעדט דא? וואס דא גייט פאר? א.א.וו., און ווי איך האב דאס דעמאלט מסביר געווען, אז איך בין נישט דא צו קריטיקירן ח"ו, און אדרבה איך האב זייער הנאה געהאט דאן מיט אייך צו פארברענגען.

אצינד, נעכטן האב איך ווידער געהאט פרייע מינוטן, (צוליב וואס די באנען, וואגאנען, וועלכע פירן מיך געווענדליך צו דער גרויסער שטאט האבן עפעס נישט געהעריג פונקציאנירט), האב איך זיך פריש ארויסגעלאזט אויף א שפאציר אין פארק, און דאס מאל אנדערש ווי פריעריגע מאל האב איך שוין גלייך געוואוסט וואו צו גיין, וואו מען פארברענגט דאס בעסטע...

איך האב שוין ביי מיר געוואוסט - פון מיין ערשטן באזוך - דער ציל פונעם פורום, האב איך אזוי געטראכט צו מיר, אז היות איך בין דאך נישט אזא תלמוד חכם אין דעם גאנצן הייד פארק, בס"ה פאל איך דאך נאר אריין דא אמאל אמאל, וועל איך דעריבער פארשטעלן מיינע אינטערסאנטע געדאנקען פאר די אלטגעזעסענע גולשים, בנוגע דעם אויסטרעף פון שמועסן מיט מענטשן וואס מען קען יא אדער נישט.

איז, ועל מה יצא הקצף?
איך האב דאך נישט געפרעגט מער ווי אפאר נארמאלע זאכן, וואס עס קען זיין פאר אייך אויך אינטערסאנט? צו האט איר זיך באקאנט געמאכט מיט מענטשן אדאנק דעם? צו זענט איר עפעס געוואויר געווארן אדאנק דעם?, וכו'.
אפשר ווען איך וואלט געלייגט מיינע געדאנקען-פראגעס אין דעם אשכול, 'וואס איז דאס הייד פארק' וואלט איר דאס אנדערשט אנגעקוקט?
אז מען קען טראכטן פאזאטיוו, פארוואס זאלט איר דאס אנקוקן נעגאטיוו?

דער שרייבער 'יענטאש' פרעגט, צו ווען איך זאל קריגן תשובות פאר מיינע פראגעס צו איך וועל אנהויבן שרייבן?
דער תי' אויף דעם איז, איך שרייב שוין! איך האב שוין געשריבן!, וואס איז אייך א חילוק צו מען שרייבט וועגן טשאלענט-שבת אדער וועגן חתונה טעאריעס, צו אז מען שרייבט וועגן די אינטערסאנטע זאכן וואס הייד פארק האט אייך שוין געברענגט?
עס איז נישט קיין גוטע טעמע? אדרבה זייט מיר מסביר.

איך מיין, נאך אלעם בין איך דאך נישט דא קיין אפטער באזוכער, נאר אמאל אמאל לויט וויפיל די צייט ערלויבט מיר, און אז איך פאל שוין יא אריין אביסל צו פארברענגען איז דען אזוי מאדנע אז איך וויל קענען-לערנען און אויסשמועסן דעם נייעם אויסטרעף פון רעדן מיט יענעם, זיך באקאנט מאכן מיט יענעם, ארויסהאבן יענעמ'ס מהלך המחשבה, און אלעס נאר דורך א כתיבה נישט פערזענדליך, און עם כל זה קען מען זיך נישט?

אדרבה, איך זעה גאר אז דער שרייבער 'קרעמער' האט מיך יא פארשטאנען, ער האט זיך באלד צוגעכאפט דערצו, און ער זאגט גאר אז עס איז גראדע יא אן אינטערסאנטע טעמע.

און אצינד א ווארט צו קרעמער:
קודם א דאנק אייך פארן מיך אויסהערן און ענטפערן נארמאל.
דערנאך, ווי איר שרייבט איז אייער תגובה געווען א געאיילטע, צוליב ווייל איר האט קיין צייט געהאט. איך וואלט שטארק הנאה געהאט צו הערן און זיך אויסשמועסן מער פרטים - פארשטייט זיך ווען איר האט מערער צייט - איבער די אלע טעמעס. פשוט און גראד איך פארשטיי, און איך זעה פון אייערע ווערטער אז איר האט אויך אזוי פארשטאנען, אז עס וואלט געדארפט צו זיין אן אינטערסאנטע טעמע.

א דאנק אייך נאכאמאל
AND SORRY FOR THE INCONVENIENCE



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2005 18:16 לינק ישיר 

הרב סערוויס03, דארפסט דיך נישט פארענטפערען, דיינע כוונות זענען אוודאי וואול.
איך האף אז צווישען אלע תשובות איז דיר יעצט לייכטער אויפן הארץ און אלע קשיות זענען פארענטפערט. ותשועה ברוב יועץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2005 19:31 לינק ישיר 

סעניאר סערוויס נול דריי;

איך גלייך זייער אייער וועג פון ארויסברענגן א זאך, איר זאלט וויסן אז איר זענט א גוטער שרייבער, איר מאכט ניטאמאל קיין גרייזן ביים אויסלייגן די ווערטער, דאס צייגט אז איר שרייבט אפטער ווי איר ווילט דא זאגען.

איך וויל מאכן מיט דיר א געשעפט (א געשעפט?.. ווער האט שוין געהערט "א געשעפט"), איך מאך זיך אוועליבעל צו ענטפערן דיינע שאלות, עס זאל צוגיין בדרך "אינטערוויו"! דו פרעג און איך ענטפער.

DEAL?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > האט דער פורום געברענגט עפעס א תועלת?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext