|
|
| נשלח ב-23/12/2005 00:05 |
|
| |
געערטער הויכגעשעצטער עקסעלענץ מר. קרעמער.
א דאנק אייך זייער פארן עפענען אייערע הענט און מיר אויפנעמען מענטשליך.
בשייכות צו אייער אינטערוויו-פארשלאג וואלט איך זיך ערלויבט אויסצושמועסן אייניגע פונקטן:
היות איך בין נישט קיין דזשורנאליסט, איך האב נאך קיין אינטערוויו קיינמאל פון קיינעם גענומען, און לויט ווי איך פארשטיי איז נעמען אן אינטערוויו א פאך, ס'הייסט א געלערנטער מענטש א פאכמאן אין זיין ארבעט, וואס ווייסט פונקטליך וויאזוי מען כאפט דאס אן, וואס צו פרעגן און וויאזוי צו פרעגן א.ד.ג., דעריבער, צוליב מיין אומעקספערטשאפט אין דער נושא, וועל איך זיך ערלויבן צו פרעגן עטליכע זאכן איידער מיר מאכן זיך גרייט צו דעם אינטערוויו.
בכלל איז מיר זייער שווער, ווייל אפי' לאמיר זאגן אז איך האב שוין מיטגעהאלטן, אדער געליינט, אמאל אמאל אן אינטערוויו, איז דאס אבער ווייט א פארגלייך צו אויף וואס מיר וועלן אויסשטיין. דען איך מיין אז דאס וועט זיין דער ערשטער אין די היסטאריע פון אזא סארט אינטערוויו דורך אן אינטערנעט פורום, ווי צוויי מענטשן וואס קענען זיך נישט פרעגן און ענטפערן, און טאקע איבער דער נושא וועט דער אינטערוויו אפגעהאנדעלט ווערן...
אויך א חידוש אינעם עולם החדש...
איז מיין פראגע (אפפס... שוין ווייטער מיט א פראגע...):
דארף אן אינטערוויו'ער איינגעבן פאר זיין קאלעגער די פונקטליכע טעמעס אויף וואס זיין אינטערוויו וועט זיין געצילט?
אויב יא, גיבט ער אויך איין די דעטאלען אויף וואס ער פלאנט צו שטעלן זיינע פראגעס/באהאנדלונגען?
***
אויך וואלט איך פארגעשלאגן, אז מען זאל עפענען א ספעציעלן אשכול פאר דעם אינטערוויו, ווי אין דעם אשכול וועלן מיר - קרעמער און סערוויס03 – אינטערוויו'ען.
וואס איך מיין דערמיט איז, אז נישט ס'זאל אריינקומען א 'כתוב שלישי' - הן א צווייטער אינטערוויוער והן א צווייטער מגיב - און פארציען דעם אינטערוויו פון אירע רעלסן, נאר ס'זאל בלייבן בלויז ביי דעם. דער אינטערוויאער און קרעמער.
נאך א זאך, מוז דאס זיין בדייקא אין דעם זעלבן זמן ווען מיר ביידע האבן אביסל איבריג געיאגטע צייט?...
איך טראכט, אז איך וועל פרעגן. לאזן די פראגע ליגן, אז איר זאלט האבן צייט צו ענטפערן, דערנאך ווען איך וועל האבן צייט וועל איך צוריקומען געבן מיין אנטווארט, אפשאצונג, און פרעגן ווייטער.
באשטייט איר צו די אלע אויבנדערמאנטע?
א דאנק אייך פארן זיך מאכן צייט מיך אויסצוהערן
תוקן על ידי - service_03 - 23/12/2005 0:20:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 08:54 |
|
| |
מר. אינערוויוער סערוויס03;
איך באשטיי אויף אן נייעם אשכול, וואו מיר וועלן זיך צונויפשמועסן, און מיר שטערט נישט אז אנדערע וועלן אויך שטעלן פראגעס.
איך וועל אי"ה ענטפערן נאר די פראגן וואס איך וועל שפירן גענוג רואיג און פארזיכערט צו ענטפערן.
איך האב יעצט זייער ווייניג צייט אויפן נעט, וועל איך מסתמא נישט שרייבן אזוי באריכות ווי אין די געזונטע יארן (אזוי צו זאגען).
איך ווארט שוין אויף דעם אינערוויו!
א גוטע נאכט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 21:53 |
|
| |
היינט איז פארהאן אביסל מערער צייט ווי געווענדליך, דעריבער האבן מיר אביסל די מעגליכקייט זיך גרייט מאכן צו אייער איינלאדונג.
ביטע גיבט נאך א ביסל צייט...
~~~
ווי איך ליין פון אייערע ווערטער, האט איר אין די טעג ווייניגער צייט זיך אפצוגעבן מיט די זאכן.
אפשר וואלט געלוינט צו ווארטן ביז איר וועט ווידער האבן די מעגליכקייט, און אייער צייט וועט אייך דאס מער ערלויבן?. און ווי איר האט דאס שוין אליין באצייכנט אין אייערע ווערטער, אז, איר וועט זיך 'מאכן אוועליבעל' צו ענטפערן מיינע פראגן, וואס ווי מיר פארשטייען איז דאס נישט שייך אין די מומענטן.
די סיבה פארוואס מיר האלטן אז עס לוינט צו ווארטן, איז, בכדי איר זאלט האבן די מעגליכקייט מגיב צו זיין מיט א אינהאלטסרייכער קלארקייט, פון וועלכען מיר האפן אז אלע ליינער און באזוכער וועלן א פארגעניגן האבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 04:05 |
|
| |
עס איז נישט קיין מאנגל אין "צייט" בכלל, נאר אין "אינטערנעט צייט", כמבואר אין דעם "מורי ורבותי" אשכול.
אבער איך וועל אי"ה זעהן אייער פראגע נאך יענעם טאג, אפשרייבן אן ענטפער אויף א "ווארד" פייל, און דאס שפעטער אינעם טאג אדער אויפצומארגנס ארויפשטעלן.
איר קענט שוין אנהייבן, ווען איר האט אן איבריגן מינוט.
|
|
|
|
|