בית פורומים היימישע קרעטשמע

ביי מיר האט עס פאסירט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2005 23:43 לינק ישיר 
ביי מיר האט עס פאסירט

ערב די צווייטע טעג סוכות קים איך ארויס פון מקוה איך גיי צום שמש[וויין] שטיבעל קויפן וויין לכבוד יו''ט און איך זע אז עס איז שוין פארשפראט איך נעם מיך קלאפן און אין כל ואין עונה איך האב געזען אז עס איז נישטא קיין צוויי ברירות בין איך אהיים געגאכגען באין בידי כלום איך דארף אייך נישט זאגען אז איך האב געהאט א צישטערטע יו''ט א שיינע זאך קידוש מאכען אויף חלה ווען מיינע קינדער מיינען אוך בין אראפ פון זינען און טאמער איז דאס נישט געוון געניג האב איך נאך געהאט אינגעליידעכט געסט איך דארף אייך נישט זאגען ווי רויט איך בין געווען בייטאג האב איך שוין געאט געבארגט פון א שכן גרעיפ דזשוס עס האט אויסגעזען געפערליך די קימעדיגע וואך האב איך שוין געהערט א גאנצע פרייטאג פון מיין געטריע רביצען ביי מיין טאטע אינדערהיים האט דאס קיינמאל נישט פאסירט אזאנס מ'מאכט קידוש אויף גרעיפ דזשוס איך ויל די זאלסט גיין און מקוה נאך פאר אלעם איך וויל די זאלסט אהיימברענגען וויין טאמער נישט קים נישט אהיים ע''כ גראד ווען איך בין אנגעקימען און מקוה פאר אלעם האב איך געקויפט וויין איך האב עס אריינגעלייגט און מיין בעג ציזאמען מיט די וועש איך האב עס אויפגעהאנגען ביי מיין פלאץ דארט וואו איך האב מיך אראפ געזעצט איך טו מיך אויס נאכען קער נעמען פון די גאנצע וועלט אין בור מיט א רואיגקייט [איך האב דאך שוין וויין] קים איך ציריק צי מיין פלאץ איך זעץ מיך אראפ מיט א רואיגקייט איך וויל מיך אנטין איך פאנג ארויס צי נעמען מיינע פרישע וועש און פלימום זעה איך ווי עס רינט ארויס וויין פון די באטעל מיין גאנצע וועש דערנאך איך כאפ מיך מיינע אלטע וועש איך לויף צי צום ויין שטיבעל אין ....
אז עס גייט גיט גייט עס all the way



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 23:46 לינק ישיר 

איך מיין אז מען מעג נישט אריינטראגן עסן און טרינקן אין די מקוה שטוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2005 23:49 לינק ישיר 

מיין רבי פלעגט זאגן אז עס ליגט אין א בעג מעג מען יא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ביי מיר האט עס פאסירט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext