| נשלח ב-23/12/2005 08:21 |
|
| |
מורי ורבותי!
יעצט איז 1:15 ביינאכט. איך וויל אייך נאר מעלדן אין קורצע ווערטער אז איך האב פארלוירן מיין צוטריט צום קרעטשמע. לאמיר אינאיינעם שרייען "גם זו לטובה", ווייל מיין וויי-פיי לאזט מיר שרייען וויי און פיי, ער פייפט מיר אן מיט א חצוצרות, און איך קען זיך צו אייך נישט באהעפטן ווילאנג דער טאג איז (יעצט בין איך דא דורך "דייל-אפ" וואס איך וואונטש פאר מיינע שונאים).
איך האב נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט דאס צו מעלדן פערזענליך פאר אלע מיינע פריינט, זאל דאס דינען ווי א כלליות'דיגע מעלדונג: טייערע חברים, ווי עס קוקט אויס וועל איך נישט קענען זיין מיט אייך אינאיינעם דאהי , ס'נישט געווען מיין באשלוס, דאס האט מען אזוי צוגעפירט, און מסתמא איז עס לטובה. אויב האט איר עפעס וויכטיג צו מעלדן, זייט מוחל שרייבט דאס אריין אין תיבה אישית, איך האף צו האבן א געלעגנהייט יעדן צו ענטפערן כאטש איינמאל א טאג.
צו אלע מיינע פריינט אויף "יאהו מעסענדזשער" "גוגעל טאלק" "מ.ס.נ. מעסענדזשער": עס איז געווען א פארגעניגן צו זיין בקשר מיט אייך דורכאויס דעם טאג, איך קען אייך נישט זאגען ווי שטארק איך האב זיך מחיה געווען שמועסנדיג מיט אייך פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט, אבער ליידער קומט דאס יעצט צו א (כ'האף צייטווייליגע) אפהאלט.
זייט מיר אלע געזונט, און גלייבט מיר אז איך וועל זיך מער בענקן צו אייך ווי איר צו מיר.

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 08:45 |
|
| |
איך וויל זיך באדאנקען פאר "ניןהרחמן" וואס ער האט מיר ארויסגעהאלפן אויפצועפענען דעם אלטן קאמפיוטער, איך האב ארויסגענומען אסאך גוטע בילדער פון דארט, אבער יעצט מיט מיינע פרישע פראבלעמען וועט איר מוזען ווארטן ביז איך וועל דאס ארויפלייגן.
יישר כח ניני!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 08:48 |
|
| |
פאצ'ט פאצ'ט פאצ'ט פאצ'ט
................
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 21:05 |
|
| |
ניין קרעמער'ל ניין,
לאז אונז נישט אליין,
דו ביסט דאך אזוי פיין,
אן דיר ווי וועלן מיר גיין.
עס קלאפט זיך מיר אא ציין אויף א ציין,
אן דיר וויאזוי וועלן מיר קענען אנגיין,
טארסט נישט פון דא אוועקגיין ניין,
אז יא פירסטו דאך אונז אין באד אריין.
קרעמער'ל פארשאף דיר א קאנעקשאן אליין,
אן וואס דו זאלסט צו יענעם דארפן אריינגיין,
דעמאלטס וועט זיין וואויל און פיין,
מיר וועלן קענען פון דיר ווייטער נהנה זיין.
רבותי גארטלט אייך אן פיין,
קרעמער ארויסצוהעלפן לאמיר גיין,
מיר וועלן אים נישט לאזן אליין,
אזוי וועט אונזער קרעטשמע בלייבן ווייטער שיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 21:14 |
|
| |
ר' קרעמער איך וויל אויך העלפען בלי"נ אויב מעגליך. נעשה ונשמע.
ידידך מוקירך
נאטורליך
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 18:49 |
|
| |
דער מצב היינט - ערב חנוכה.
דער קאנעקשן איז טויט. איך בין דא דורך דייל-אפ.
יישר כח פאר די וואס האבן זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן, איך ווייס נישט וויאזוי איר קענט מיר העלפן...
יישר כח פאר דעם וואס האט מיר געגעבן זיין AOL נאמען... אזוי קען איך דא זיין בכלל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 04:06 |
|
| |
חס ושלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 18:18 |
|
| |
קענסט זיך שטעלן נעבן מיין הויז (אויב האסט א קאר) און זיך באהעפטן מיט מיין קאנעקשען
אבער פליז גיי נישט אוועק פון דא
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2005 18:41 |
|
| |
איך בין דא צו מעלדן די גוטע נייעס: "די וויי-פיי איז צוריק"!!!
מאכט נישט קייניינעהארע! א פרייליכן חנוכה!
|
|
|
|
|