| נשלח ב-30/12/2005 16:28 |
|
| |
וואס טיט מען - א שאלה
איך בין ב"ה געבענשט געווארן מיט א קינד סחורה ווי גאלד וואס מען דארף אויף איהם האלטן 7 אויגן אין פארט געלונגט איהם איבערצודרייען די הויז יעדע 15 מינוט.
די שאלה איז אזוי, וואס טוהט מען מיט די מנורה? ס'איז מיר גענוג שווער איהם איינצוצוימען אינדערוואכן דעם האלבן שעה וואס די מנורה ליגט למטה מעשרה טפחים.
וואס טוהט מען שבת?
מעג מען לייגן די מנורה אויפן טיש?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 16:47 |
|
| |
דאס איז זיכער אז מען מעג לייגן די מנורה אויפן טיש (נישט אויפן דיינונג רום וואו מען לייגט געווענליך די שבת ליכט, נאר אויפן קאך טיש, אדער אויף א קאבינעט), די שאלה איז נאר אויב מען זאל אנצינדן אויפן טיש, אדער צינדן ביים טיר און דערנאך לייגן אויפן טיש.
ווער געדענקט די הלכה? עס איז מיר אויך נוגע.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 17:51 |
|
| |
איך האב פארשאפט געציילטע טעלפאן נומערען וואס קען אייך זיין אינטערעסאנט להלכה למעשה
718-596-0700 ב''ה התאחדות brooklyn
845-782-6465 ב''ה קיט''ל ק''י monroe
845-783-8292 ביד''צ חקר (אויב האט איר געניג צייט וועט איר דא באקימען אויך א שיינע דרוש)
845-371-3796 ב''ה זכרון מנחם monsey
845-426-3995 ב''ה שבט הלוי monsey
845-425-2242 הלכה ליין מכון להוראה monseyt
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:19 |
|
| |
איך האב נאכגעקוקט אין "מקדש ישראל" פון הרב ישראל דוד הארפענעס, און עס איז מיר זייער אינטערסאנט אז ער רעדט בכלל נישט פון צינדן ביים טיש, ער האט אפשר צען תשובות וועגן אוועקנעמען די מנורה פון טיהר אינמיטן שבת דורך ארויפלייגן א חלה, צירונג וכדומה, אבער קיין ווארט נישט וועגן צינדן לכתחילה אויפן טיש, אדער אוועקנעמען די מנורה פונעם טיר נאך אין די האלבע שעה.
ווער קען ביטע אנפרעגן א דעת תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 18:20 |
|
| |
יעצט באמערקט אין אישית:
איך האב געהאט די זעלבע שאלה וועגן מנורה, מיין דיין האט געפאסקנט אז איך זאל לייגן א חלה אדער זשולערי אויפן טאץ וואו מען לייגט די מנורה, אדער סטעפ, אדער סיי וואס ליגט אונטער די מנורה, דערנאך ווען די לעכט זענען אויסגעלאשן מעג מען אוועקטראגן די גאנצע מעשה
פליז לייג דאס אויפן פארום ווייל איך קען נישט אליינס
איך פארשטיי נישט פארוואס דו קענסט נישט אליין ארויפלייגן, איך קלער אז דו ווילסט נישט מען זאל זעהן דיין ניק (פארוואס נישט?), וועל איך דיר באדאנקן אנע נאמען, יישר כח!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 19:16 |
|
| |
יש"כ קרעמער אין אויך פארן הרוצה בעילום ניקו.
וואס טוהט מען אז מ'קען נישט אריינלייגן דאס קינד אין א דזעיל ביז די מנורה לעשט זיך אויס.
לייגן אויפן טיש נאכן צינדן טוהט גארנישט אויף ערב שבת.
אויב איך געדענק גיט, איז דער פתח הבית נישט מעקב אין די פירסום הנס איז בעיקר פאר די בני בית ממילא קען זיין אז מ'קען אנצינדן אופן טיש. אבער פארוואס נישט נעבן די שבת ליכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 07:10 |
|
| |
איך האב שפעטער נאכמיטאג יא געטראפן אין א ספר א גאנצע שמועס דערוועגן, איך האב דאס אנגעגרייט ארויפצולייגן, אבער פונקט דאן האט זיך אויסגעלאשן די נעטווארק פון וואנעט איך שעפ חיונה (ווייזט אויס אז זיי האבן זיך מיישב געווען אויסצולעשן די נעטווארק אויפן וויקענד, אזוי איז געווען פאריגע וואך, פון דאנערשטאג צופרי ביז דינסטאג נאך די חגא איז געווען טויט, פון דינסטאג פון פרייטאג נאכמיטאג איז עס יא געווען אנגעצינדן, יעצט ארבעט איך שוין ווייטער אויף דייל-אפ, גם זו לטובה).
סעמאן-פיש;
וואס האסטו למעשה געטאן?
איך האב געצינדן אויפן קאך טיש (אגב, דיין שאלה וואו עס שטייט אז מען טאר נישט צינדן אויף די פלאץ פון די שבת ליכט, עס שטייט אין רמ"א סי' תרע"א סעיף ז').
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 07:25 |
|
| |
למעשה האב איך געטוהן פונקט ווי דיר.
נאך א מזל, דער קליינער האט שיער נישט אראפגעשלעפט דעם טישטעך מיטן מנורה אינאיינעם.
אבער פארט א זיס קינד, קעניינע הארע (נוסח ליפא).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 19:39 |
|
| |
איך האב דורעך געארבעט די ענין פון אוועק ריקען די מנורה דארעך ארויפלייגען א שטיקל ברויט און איך האב געפרעגט א מורה הורעה קודם כל דער תירץ איז אז יא מען מעג אבער דאן מעג מען נאר אנכאפן דעם טאץ אדער בענקל משא''כ די מנורה מעג מען נאר דארעך א ריכטיגע שינוי עס איז נישט געניג מיט די לינקע הענט ווייל אינזערע מנורה'ת זענען מקצה מחמת חסרן כיס וויבאלד עס קאסט א הון רב און עס איז אויך נישט דומה לגרף של רעי ווייל ביי יעדעם איז די מנורה נאך אלץ זייער טייער דאס איז נאר געזאגט געווארן ביי די זילבענע מנורה (כמובן) משא''כ די ביליגע מנורה קען מען ארויס טראגען מיט א שינוי כל דהו וויבאלד מעיקר הדין מעג מען עס מטלטל זיין געהעריג לצורך מקומו און יעצט ציריק צי די זילבענע מנורות לגבי די הלכה פון מנורה של פרקים כמבואר בשו''ע סימן ר''פ סיעף ז' איז אזוי צירוק לייגען דעם שמש הייסט נישט קיין תיקן כלי וויבאלד עס ווערט נישט שטארק באפעסטיגט דארעכען צירוק לייגען אבער דער עצם מנורה איז דאך אויך של פרקים כמבואר במנ''ב ס''ק כ''ג אבער עס איז נישט מסתבר אז מען האט עס געמאכט הארבער פון מקצה אליינס (אזוי האט ער מברר געווען באציען זיך אויף א ערוך השלחן)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 21:54 |
|
| |
קרעמער;
איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט אז ר' ישראל דוד הארפענעס רעדט נישט פון צונדן ביים טיש, אדער אוועקנעמען פונעם טיר נאך אין די האלבע שעה, ער רעדט יא דערפון (כ'האב דיר שוין אייגענטליך געזאגט שבת דערפון) און סימן רע"ו שרייבט ער אז אויב מ'האט מורא אז די קינדער וועלן איבערדרייען די מנורה, זאל מען לכתחלה צונדען ביי א פענסטער וואס איז צום רשות הרבים, אויב מ'האט נישט קיין פענסטער אדער די קינדער קענען עס דארטן אויך דערגרייכן, זאל מען צונדען ביים טיר און דערנאך עס לייגן אויפן קאונטער\טיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:31 |
|
| |
פענסטער;
מסתמא האסטו נישט געהאט קיין פראבלעם, האסט געצינדן ביים "פענסטער"...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 01:25 |
|
| |
אזוי ווי יאך זעה אז קיינער באמיעט זיך נישט אנצופרעגן ביי מיר דעם דאיען, ס'טייטש א חוצפה, מ'האט אן הלכה'דיגע שאלע אין קרעטשמע, און ניטאמאל פרעגט מען מיר אהן.
אלזא ביי אלע וואס קומען יא ביי מיר אנפרעגן, און ווי אויך מעשה רב, פיר איך זעך צו פסק'ענען אז מ'זאל דאס צינדען ביים מנהל משנה דעם פענסטער, הגם פיל קריגן אויף מיר, אבער אני על משמרתי אעמוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 01:31 |
|
| |
התאחדות;
נאך א מזל דע חברה פרעגן דיר נישט! שטעל דיך פאר אז אלע קרעטשמע זיצער'ס צונדען ווען ביי מיר, וויאזוי וואלט איך יעצט אויסגעקוקט? וואס וואלטסטו געטרינקען דא?
אויליגע שנאפס! ה"י.
|
|
|
|
|