בית פורומים היימישע קרעטשמע

גענוג מיט די לאטקעס! לאמיר מאכן א לעבן!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2006 03:23 לינק ישיר 
גענוג מיט די לאטקעס! לאמיר מאכן א לעבן!!

שוין געענדיגט מיט די לעכט, לאטקעס, פאנקען, חנוכה פאדיס!!, לאמיר זיך צוריק נעמען אין די האנט אריין און ווייטער מאכן א לעבן!!!

נו! קרעמער! וואו ביזטו?!!!, ארויס מיט די סחורה!, ווער נאך?! נאטורליך!! האסט עפעס צו זאגן זאג! אז נישט טרעף עפעס!!.

נו רבותי!! לאזט אייך נישט ווארטן!! יין שרף, חיים חייקל, זארעכפעפער, געשמאקער, פארברענעגען, פענסטער, נאט-טו, יאנאש, בן הרחמן, סושי, סערוויס, סאכדעס, דזשובוי, סעמאן-פיש, עוורידזש, פעדעקס, מפוקל,......... הוי... כ'האב שוין נישט קיין כח אויסצורעכענען אלע נעמען..... נו וכל הקהל הקודש!!!....

יעדער זאל נעמען די וועגענער, א לאז געבן זיך צום קרעטשמע, פארגיסן זיך א גלעזל, פארבייס טאן א לעקאך, און אנהייבן גיין מיטן סדר היום!!!...

====================================

(שוין, יעצט גיי איך זיין ביזי א גאנצע צייט מתקן זיין און צולייגן נאך נעמען וואס איך האב פריער פארגעסן. כ'האף קיינער איז נישט באליידיגט).



תוקן על ידי - יענטאאש - 03/01/2006 3:26:05



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 03:33 לינק ישיר 

גיט יענטאש, איך גיי זיך שוין אראפ זעצען שרייבען.
ווילסט הערען איבער אונזער חנוכה פארטי? אדער וויפיל מאל איך האב פארגעסען על הניסים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2006 05:01 לינק ישיר 

יענטאאש, ס'פאסט נישט אזוי צו שרייבן "געענדיגט מיט די ליכט", כ'מיין ברויכסט איבערליינען מיין "צום שיין פון די חנוכה ליכט" באשרייבונג, ווער אביסל נתעורר...

נאטורליך;

מאכט נישט, מען ברויך נישט איבערדאווענען אדער איבערבענטשן (נאר איבערעסן).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/1/2006 05:55 לינק ישיר 

נאטורליך;

יוי דו מאכסט מיך לאכן, ווילסט הערן די באריכטן פון מיינע ווייסעך וויפיל חנוכה פאדיס? אדער וויפיל מאל איך האב יא געזאגט על הניסים, איך שעם זיך....


קרעמער;

אקעי, געענדיגט ליידער מיט די הייליגע חנוכה ליכט, געענדיגט ליידער מיט די פלאמעדיגע ליכטיגקייט, געענדיגט ליידער מיט די שטראליגע פייער פונעם אור הגנוז, הוי!!!..... רבוש"ע, ס'בענקט זיך שוין צום קומענדיגן יאר'ס הייליגע חנוכה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 08:15 לינק ישיר 

יענטאאאאש

קוק אריין אין קדושת לוי אז די אורות בלייבט אויף א גאנץ יאר, נו וואס הייסט "געענדיגט" ?

תורה איז א נצחית
א מצוה איז א תמידית.
אלקים יסעדנו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 08:17 לינק ישיר 

און חוץ מזה, די מאגן האט זיך נאכנישט פארלאשן פון די
ברענענדיגע לאטקעס מיט דאנאטס, און שוין מאכסט עס אוועק אזוי כלאחר יד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 13:35 לינק ישיר 

אזויווי איך בין געקומען אונטער גרויס קריטיק, וויל איך דא מתקן און משפר זיין עטליכע לשונות.

והכי גרסינן: אזויווי עפ"י הלכה דארף מען מער נישט צינדן די הייליגע חנוכה ליכט, זינט עס איז שוין מער נישט חנוכה, ווי אויך ענדיגן זיך שוין די דאנאטס אין די בעקערייען און די לאטקעס אין די פרעגל-טעפ אין די היימען. אפילו כאטשיג די הייליגע אורה האלט ווייטער אן און איז משפיע קדושה וטהרה פאר א לענגערע צייט כמבואר מפי ספרים וסופרים, ווי אויך באבלט נאך דער מאגן פון די פילע חנוכה מאכלים וממתקים, אבער פארט איז דער חנוכה אויפן קאלענדער מער ווייניגער פארפארטיגט, דעריבער קען מען צוריקגיין צום נארמאלן סדר היום.

און דערפאר ווידערהויל איך נאכאמאל מיט מיין בקשה:

יעדער זאל נעמען די וועגענער, א לאז געבן זיך צום קרעטשמע, פארגיסן זיך א גלעזל, פארבייס טאן א לעקאך, און אנהייבן גיין מיטן סדר היום!!!...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 18:26 לינק ישיר 

נאטירלך, איך ווארט נאך צו הערן וויאזוי די האסט איבערגעלעבט דעם סטרייק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2006 21:25 לינק ישיר 

איר דערמאנט מיר א מעשה וואס איך האב געהערט דעם חנוכה פון אן עלטערן איד.

דערציילט ער אזוי (יענטאאש, לייג צו די פעפער און זאלץ):

ביי אונז אינדערהיים איז געווען א מלמד, חסידישע איד וואר ער געוועזן, האט ער באמערקט אז די קינדער זענען פארטיפט אין א "קוויטל" שפיל, און עס האט זיך אריינגעשלעפט אין די נאכט אריין, האט ער זיך אויפגעשטעלט און געקלאפט אין טיש, שרייענדיג: חוצפה פון קינדער, מיר האלטן א יאהר בעפאר חנוכה, און זיי שפילן שוין קוויטלען...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > גענוג מיט די לאטקעס! לאמיר מאכן א לעבן!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext