יישר כח פאר די לינק צו יאגי בערא'ס וויצלעך.
זיי מיר אבער מסביר, ווער איז דאס דער "יאגי בערא"? איז ער געווען א קלוגער מענטש אדער א שוטה?
עס זענען פארהאנען אסאך ציטאטן פון אים, איינס האב איך געהערט פון פרעזידענט בוש אליין נאכזאגען בשמו: If you come to a fork in the road, take it.
אן אנדערע וואס איך האב היינט געזען און עס איז מיר געפאלן:
Always go to other people's funerals, otherwise they won't come to yours.
אין אנדערע ווערטער: פון איין זייט קוקט ער אויס ווי א פארשטענדליכער לץ (דוגמת הרב מ'אלפא-פאון שליט"א..), פון די אנדערע זייט, קען זיין אז ער האט נישט געוואוסט בעסער (דוגמת בוש יר"ה..).
נאט אייך נאך אן עקזעמפל:
You better cut the pizza in four pieces because I'm not hungry enough to eat six.
איך בין נאכנישט פארטיג.. דא האט איר א גוטס:
The future ain't what it used to be.
איך האב זיך נישט געפוילט, און געמאכט אביסל ריסוירטש, קודם זעה איך אז דער שיתר לעבט נאך.. נאכדעם האב איך דא געפונען א בלעטל וואו ער איז מסביר אלע זיינע וויצלעך אז זיי זענען גארנישט קיין וויצלעך.. ער האט באמת געמיינט צו זאגען וואס ער האט געזאגט.. נאר מיר פארשטייען נישט..
http://www.brainyencyclopedia.com/encyclopedia/y/yo/yogiisms.html