דעם פאלגענדן אשכול האב איך היינט צופרי געגרינדעט אין דערנעבנדיגן פורום "חדשות אנ"ש", אבער היות די טעמע איז פארדרייט געווארן, אויך האט מר. קרעמער פארלאנגט אז איך זאל צוריקקומען אין קרעטשמע, וועל איך דאס דא ארויפלייגן לתועלת הרבים
פארפאלן, אז עס טוט וויי שרייט מען, און איך האף אז איר וועט מיר אויסהערן, און פעולות וועלן געטאן ווערן אפצוטאן פון אונז די נייע אנשיקעניש וואס נעמט מיר שוין ארויס פון גלייכגעוויכט, און דאס איז די רעקארדירטע מעסעדזשעס וואס רופן אריין אין שטוב יעדן טאג אן אויפהער
צו וואס ברויך איך געשטערט ווערן פון מיינע וויכטיגע ענינים (יא! אנטוהן די קינדער איז אויך וויכטיג, אזוי איז אויך זיי לייגן אין בעט אריין, און סתם דערציילן א מעשה ביי נאכטמאל) נאר צו הערן אז די און די פאנדיעלא געשעפט האט זיך מיישב געווען אראפצוציען די פרייזן ביז דרייסיג פראצענט (איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז דאס איז לויטער שקר, זיי לייגן ארויס איין 'רעק' מיט זיבן קליידער פאר די ביליגע פרייז, וזהו)???
זיץ איך אויפן פאטעל און פרוביר זיך מצמצם צו זיין אין א גוט שטיקל שאפערס ראוט, ברויך זיך דער טעלעפאן צוקלינגן און אויפוועקן די גאנצע הויזגעזונט (יא! זיי רופן אויך ווען די קינדער גייען שוין שלאפן) מודיע צו זיין אז האצענפלאצער רבי וועט יא ערשיינען צו מלוה מלכה לטובת מוסדות קאסקיאסקא???
איך מיין צו זאגען, דאס אמעריקאנע פאלק האט שוין איינמאל אויסגעשריגן זייער וויי געשריי און טעלעמארקעטערס ווייסן שוין אז זיי קענען געשטראפט ווערן אויב זיי דרייען א קאפ פאר מענטשן וואס האבן זיך איינגעשריבן אויף די "לאז מיר צורוה" ליסטע, וואס זאלן מיר אידעלעך זיין גרעסערע נודניקעס ווי די טעלעמארקעטערס???
רבותי!!! א קול מוז געהערט ווערן! איך האב ביי זיך באשלאסן אז א צוועק וואס רופט צו מיר אין שטוב, באקומט נישט קיין גרייצער (כאילו אנע דעם יא...)!
פאריגע וואך האט מיר א געוויסער מענטש (פערצופאל א גר) אנגערופן בלי שום גוזמא דריי מאל אין די זעלבע שעה צייט!!! אנטשולדיגט מיר! EXCUSE ME דאס גרעניצט זיך מיט פעגעריי און נערוון קריכעריי, און איך וועל דאס נישט דולדן!!
א קול גייט ארויס פון דא וואס זאל געהערט ווערן צו אלע אדווערטייזערס: פון מיר וועט איר קיין געלט נישט מאכן אויב איר וואגט זיך צו רופן מיין טעלעפאן!! איך וויל דאס נישט ברויכן נאכאמאל זאגן!
און יא! איך רעד אויך צו די מוסד וואס רופט ארום זיבעצן מאל א וואך מודיע זיין אז עס גייט פאר א רעגיסטראציע (פערצופאל האב איך שוין יא באצאלט שכר לימוד, מאך משוגע א צווייטן).
החותם בכאב לב
הק' גראף
רבותי, זייט מודיע דעם עולם אויב עס איז דא א וועג וויאזוי מען קען זיך ארויסדרייען פון די חברה, ווייל איך מיין אז בלאקן די טעלעפאן פאר פרייוועט נומערן העלפט נישט דערויף, זיי קומען ארויף מיט א נאמען און טעלעפאן נומער.
נשלח ב-17/1/2006 00:33
גראף יו אר דעפענעטלי מאר דען רייט
באט איך מיין אז עס איז נישטא וואס צו טאן.
(אחוץ מסורה פארשטייט זיך וד"ל)
נשלח ב-17/1/2006 01:04
אין קרית יואל קען מען אנרופן smart shopers און בעטן אז מען זאל אראפ נעמען די טעלעפאן נאמבער פון זייער ליסט און די נעקסטע מאל וואס זיי אפדעיטאן זייער ליסט נעמען זיי עס אראפ
איך בין צופרידן פון די מלחמה וואס מען איז דא ארויס קעגן די טעלעמארקעטערס וואס רופן אריין אין די נערוועזע שטונדן ווען די קינדער זענען איבערגעמידעט און שפרינגן ארויס פון די וואנע און מען דארף זיי נאכלויפן מיט א האנטוך, צו מעלדן די געוואלדיגע נייעס אז UJO האט א לעקציע איבער אויפבויען קרעדיט א.ד.ג. (א רעקארדינג וואס איז היינט געקומען).
מיר האבן זיך פאראינטערסירט, און מיר האבן געהערט אז מען קען אנרופן די קאמפאניס און זיך אראפנעמען פון די ליסטע זייערע, דער פראבלעם איז אז עס זענען דא מער קאמפאניס ווי די שבעה כוכבי לכת, און גיי ווייס וועמען אנצורופן, און וואס זייער נומער איז.
פרטים יבואו. מיר וועלן אויסראטן די אונטערגאנג ביי הוק אר ביי קרוק. היו לא תהיה.
נשלח ב-18/1/2006 21:12
You're 100 % right could anybody post the number who advertises in the shopper's route
נשלח ב-18/1/2006 23:01
איך האב אנגערופען, אין געזאגט אז זיי זאלן נישט מיינען אז ווייל זיי זענען אידן זענען זיי פריי פון די "דא נאט קאל" געזעצן.
טעלעמארקעטער אף על פי שישראל, טעלעמארקעטער הוא!
איך האב זיי געזאגט אז איך בין אויף די "דא נאט קאל ליסטע" און אז איך וועל זיי איבערגעבן פאר די אינסטאנצן אויב וועט זיך נישט אויפהערן די רופן איבער די קיוויאשד'ער מלוה מלכה'ס אין ג'י & ג'י סעילס.
עס איז שוין א יאר און א האלב אריבער, און עס האט מיך גארנישט געשאט אז איך ווייס נישט ווען לימינוב מאכט א טיי אוונט. ברוך השם פאר דעם.
נשלח ב-18/1/2006 23:10
קוטשמע
געב אונז די נומער[ן].
נשלח ב-18/1/2006 23:34
איך האב עס נישט אויף די מינוט. אויב וועל איך מיט דעם באגעגענען וועל איך עס אי"ה פאסטן לתועלת הציבור.
נשלח ב-18/1/2006 23:43
יישר כח kutchma אונז האלטמער דעם אטעם.
ביי די וועי דאכט זיך מיר אז עס קומט דיר א ברוכים הבאים ניין?? לאמיר א קוק טאן אויף דיין פאספארט.
נשלח ב-18/1/2006 23:45
די פאספארט זאגט אז נישט
אבער אויב די ווילסט געבן, גלייב איך אז ער וועט עס אננעמען
נשלח ב-18/1/2006 23:51
גראדע אויפן פאספארט זעה שוין עטליכע סטעמפס פונעם קרעטשמע. באט איך האב נאכנישט געטשעקט אינעם ברוכים הבאים אשכול, סאו גיב מי א מינוט אל בי בעק