בית פורומים היימישע קרעטשמע

היימישע טעלעמארקעטערס: הערט אויף!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2006 16:22 לינק ישיר 

דאס איז פיין, נו איך וועל מיך איבער טראכטן איבער וויפיל צו פארלאנגן.
דאכט זיך אז אין איינע פון די נעבענדיגע שטעטלעך איז אמאל געהאנגן א צעטיל מיט עצות וויאזוי עס צו פארלאנגן, אבער אלס יאנאש קען איך נישט אריין אהין, העל איך מוזן ווארטן ביז עס ווערט רואיגער דא אינעם קרעטשמע און זיך טוישן דעם אויבערראק און זיך אריין שמוגלען אהין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2006 18:44 לינק ישיר 

יאנאש;


בעט פון דיין ברודער...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/1/2006 19:03 לינק ישיר 

א רעיס אדער אן אויבערראק??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2006 21:51 לינק ישיר 

מאך א פשרה, פון איינעם א רעיס, פונעם צווייטן אן אויבערראק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2006 22:40 לינק ישיר 

זאג מיר נישט אז סאכדעס איז אויך מיינס א ברידער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2006 22:51 לינק ישיר 

יאנאש;

קענסט דעם סלאגאן פון די NEW YORK LOTTO?

HEY, YOU NEVER KNOW



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/1/2006 01:04 לינק ישיר 

אריין לייגענדיג די הענט אין די שארוולעך פון מיין רעשזוואלקע, מיט א שטילע שטימע...

ישר כח פאר די אויפנאמע, ס'פעלט נישט אויס, טאקע נישט, איך בין אקעי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2006 16:04 לינק ישיר 

היות G&G האט זיך דערוואגט עובר צו זיין אויף אונזערע רעגולאציעס, און האט גערופן צו מיר אין שטוב נעכטן נאכט נאך 8 אזייגער, מעלד איך א "באיקאט" אויף G&G סוטס!!! (ווילאנג זיי שיקן נישט ארום א מעסעדזש איבערצובעטן דעם עולם).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2006 16:44 לינק ישיר 

גראף די מעלדס אז די גייסט זיי בויקאטן, אדער פארלאנגסטו אז מיר אלע זאלען אים בויקאטען? (איך האלט אז ער וועט נישט וויינען וועגן איין קאסטעמער טיט אים בויקאטען)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2006 17:27 לינק ישיר 

איך וויל נישט צונעמען א איד'ס פרנסה, אבער מיין רעקל וועט אי"ה נישט געקויפט ווערן דארט, עכ"פ נישט ביי די סעיל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2006 19:50 לינק ישיר 

נאך אלעס האט נאך קיינער נישט ארויף געלייגט זייער נאמבער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/1/2006 04:47 לינק ישיר 


גראף עפנט דעם אשכול מיט די ווערטער:

 היות די טעמע איז פארדרייט געווארן ווי אויך  האט מר. קרעמער פארלאנגט אז איך זאל צוריקקומען אין קרעטשמע דעריבער לאמיר עס צוריקפירן אויף די ריכטיגע רעלסן.


קוטשמע שרייבט,

טעלעמארקעטער אף על פי שישראל, טעלעמארקעטער הוא!

איך בין נישט נאכגעגאנגען די געזעצן, אבער איך וועל איבערגעבן א שמועס וואס איך האב געהאט מיטן בעה"ב פון די אידישע טעלעמארקעטערס. איך האף אז קיינער וועט אים נישט איבערגעבן וואס מען האט געליינט דא

פרעגנדיג וועגן די do not call list  געזעצן, האט ער געזאגט אז דאס געזעץ איז נאר ווען א לעבעדיגער מענטש קאלט, אדער ווען דער טעלעפאן לאזט זיך נישט גרינג אראפלייגן. (עס איז אויף פאראן אזא זאך אז דער קאל ווערט אראפגעלייגט נאר ווען מען דרוקט א געוויסער נאמבער, אז נישט וועט עס האלטן אין איין רופן, וואס דאס איז יא אריינגערעכנט אין די 'נישט רופן' הלכות)

אויך זאגט ער מיר, אז ער איז אין זעלבן וועלט ווי אונז און ווייסט זייער גוט אז עס איז פאראן געזעצן און אלעס ווערט דורכגערעדט מיט ערפארענע לויערס.

ווען איך האב אים געפרעגט אז מיר זעט אויס אז עס איז לעצטנס געווארן א מגיפה אין דעם ענין פון די קאלס, וואס איז דאכט זיך נישט געווען אין די פריערדיגע יארן (איך בין ווייניג אינדערהיים, און איך ווייס קוים פון די קאלס, חוץ פון דא, און אז מיין ווייב שתחי' דערציילט מיר עס, און זי האט דוקא יא הנאה דערפון, איך ווייס נאר נישט אויב פון די G&G סעילס אדער פון די יאוואזשנע מלוה מלכה...) און אים געפרעגט היתכן צו משוגע מאכן אזויפיל אידן? זאגט ער אז דאס איז א טענה קעגן די מוסדות וואס פלעגן דאס אייביג טוהן, נאר אויף אנדערע אופנים, און זיין מעלה וואס ער האט אליינס ערצייגט איז נאר, אז ער קומט אן צו א פיל גרעסערער עולם אין גאר א קורצער צייט. וואס פלעגט אמאל נעמען עטליכע שעות, נעמט היינט ממש א שעה צוויי. אבער דער עצם קאל פלעגט אלעמאל זיין. און אויב מען האט טענות זאל מען רעדן צו די ראשי המוסדות אז זיי זאלן אייך ארונטערנעמן פון די ליסטע.

נאך אמאל, איך האב נישט דורכגעטוהן דעם געזעץ, און אויך נישט באשטעטיגט וואס ער האט מיר 'אליינס' געזאגט, און אדרבה אז איינער ווייסט אנדערש, זאל עס אהערברענגען.



נאך א זאך, דאס וואס ער האט אויפגעהערט רופן קוטשמע'ן דארף העלפן פאר יעדן, און נישט אז ער איז געווארן דערשראקן. ער זאגט אז דאס איז א פארשטענדליכע זאך,אז ווער עס וויל אראפגיין פון זיין ליסטע, וועט אראפגענומען ווערן.

איך האב נישט דעם נאמבער ביי מיר, אבער אז איך וועל מיט אים רעדן וועל איך עס זיכער ארופשטעלן לטובת הציבור. תוקן על ידי - דיפלאמאט - 25/01/2006 5:05:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2006 05:55 לינק ישיר 

דיפלאמאט שרייבט: ווען איך האב אים געפרעגט אז מיר זעט אויס אז עס איז לעצטנס געווארן א מגיפה אין דעם ענין פון די קאלס, וואס איז דאכט זיך נישט געווען אין די פריערדיגע יארן, און אים געפרעגט היתכן צו משוגע מאכן אזויפיל אידן? זאגט ער אז דאס איז א טענה קעגן די מוסדות וואס פלעגן דאס אייביג טוהן, נאר אויף אנדערע אופנים, און זיין מעלה וואס ער האט אליינס ערצייגט איז נאר, אז ער קומט אן צו א פיל גרעסערער עולם אין גאר א קורצער צייט. וואס פלעגט אמאל נעמען עטליכע שעות, נעמט היינט ממש א שעה צוויי. אבער דער עצם קאל פלעגט אלעמאל זיין. און אויב מען האט טענות זאל מען רעדן צו די ראשי המוסדות אז זיי זאלן אייך ארונטערנעמן פון די ליסטע.

במחילת כבוד פון דעם יעניגן מאן דהוא וואס איך בין אים נישט מקנא אויב איך טרעף אים אין א שטיל געסל איינער אליין דריי אזייגער פארטאגס (דיפלאמאט: מיט דעם קענסטו שוין פארשטיין די ראסס סטריט מעשה..), איז ער אזוי ווייט פון גערעכטיגקייט כרחוק מערב ממזרח.

ווען אין די וועלט היסטאריע איז געווען אזויפיל קאלס אין איין טאג? געוואלד! איך וועל דיר אראפשרייבן די קאלס פון די לעצטע פאר טאג, און זאג דו אליין אויב עס פלעגט אמאל זיין אזויפיל נאכאנאנד. רבי מאיר אליין רופט אן און איז מודיע אז זייענדיג די מוטער פון אלע צדקות (און איך האב גארנישט געוואוסט אז ברוריא אשת רבי מאיר פלעגט פירן די ביכער) וויל ער מען זאל אריבערקומען קיין וואוילע-משה טרעפן די יאכנעס און די יענטעס פון בעיסוואטער ביז מאונט-קיסקא, ווער עס האט נאר איבער צען פאר שיך אין שטוב איז מכובד אריבערצוקומען צו די נעיניס און די טאנטעס וואו מען וועט שמועסן איבער די לעצטע גאסיפ (פון די עכטע וועלט) און ערלעדיגן צוויי דריי גיטין וקידושין'ס.

דאן רופט אן די נייטרא ישיבה אז היות עס איז שוין אדורכגעלאפן א יאר זינט זייער פאריעריגע מלוה מלכה וואס איז פערצופאל אויך אויסגעפאלן אין א דינסטאג נאכט, ווילן זיי אז איך זאל זיך אריבערשלעפן צו זיי אויף אלע פיר און אויסהערן די דרשה פון הרב הגאון הצדיק שליט"א וואס איז געקומען ספעציעל פון בויבעריק צו מאכן אפאר גראשן פאר הכנסת כלה צו די חתונה פון זיין אור אייניקל וואס האט זיך שוין אליין אויסגעצאלט די חתונה דורכן שנארען אין שוהל אויסקלאפענדיג צווישן והוא רחום און אשרי-באלעציון, און די כלה ווערט אויסגעהאלטן דורך כולל שומרי החומות פון זיבנבירגן ווען עס האט נאך געהאט די אלטע אפיס און האבן זיך געקענט ערלויבן צו געבן א דאלער צוויי קיין ארץ הקודש.

איך בין אין א גוטע גיסטע היינט? קען זיין. איך קום פון א מסיבה וואו מען האט געטיילט ביר און קוגעל. א גוטע נאכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2006 19:20 לינק ישיר 

כבוד הרב דיפלאמאט שלום

אזוי ווי איך מאך דיר נערוועז דורך שרייבן מיט נישט קיין גוטן אויסלייג, על כן וועל איך פרובירן דאס מאל צו שרייבן לויט די כללים אין אידיש (אויב ס'איז דא בכלל אזא סארט זאך, פארגעס נישט כללים איז נישט קיין אידיש ווארט)

אויב ס'איז מעגליך אפשר קענסטו דא מודיע זיין אויב די אידישע טעלמארקעטינג איז איזי וואויס, אויב יא דאן קען איך גוט דעם בעל הבית דערפון, און ווער עס וויל קען איך איהם מודיע זיין יעדער איינער וואס וויל אראפגיין פון די ליסט, און אזוי ווי דו האסט געשריבן אויבן אז דאס איז נישט קיין פראבלעם מיט איהם, אויב איז דאס אן אנדערער אדרבה זיי אונז מודיע ווער דאס איז, און אפשר וועלן מיר איהם געבן ביזנעס. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2006 02:11 לינק ישיר 

היינט האב איך ערהאלטן אזא סארט מעסעדזש, איבער א בראווערמאן דרשה. די עריע קאוד אויפן רופער אידענטיפיקאציע איז געווען 845.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > היימישע טעלעמארקעטערס: הערט אויף!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.