עמערדזשענסי צושטאנד דערקלערט
היינט - דינסטאג, דער טאג וואס איז געדאפעלט מיט 'כי טוב', פרשת שמות - בין איך זאט געווארן פון די שטומעניש וואס הערשט דא אין די קרעטשמע די לעצטע 'איך ווייס נישט ווי לאנג'!
איך רוף אויס צו אלע מיינע חברים און שונאים, אלטע און נייע, באקאנטע און פרעמדע, שרייבער און ליינער צוגלייך לא עת לחשות יעצט איז נישט די צייט צו שווייגן! טוהט אויס די רעקלעך, לייגט צוזאם די קוטשמעס אויף די זייט פונעם שרייב טיש, פארלעשט דעם ציגאר אינעם אש טעצל, און... לאזט אייערע פינגער לויפן אויפן קיעבאורד ווי די שחורים אינעם מאראטאן!
איך פארשטיי אז א מענטש וויל אמאל האבן א בראך (ברעי"ק בלעז), איך האב אויך גענומען די פארגאנגענע וואך אן אומאפיציעלע וואקאציע און גארנישט געשריבן, יא, עס שאדט נישט אז מען ארבעט אביסל, וואס קען שוין זיין אזוי שלעכט אז מען פארדינט אביסל געלט אין דער זייט, מען ברויך דאך קענען אויסהאלטן דאס געזונדל אזוי אז מען זאל ווייטער קענען רואיגער פארברענגען מיט די חברים דא אין די קרעטשמע...
אלעס האט דאך א שיעור
איך רוף אויס מיט א קול רעש גדול צו אלע וואס דרייען זיך דא אדער פאלן נאר אריין אמאל אמאל: נעמט אייך צו דער ארבעט, עס איז אומעטיג דא אין די קרעטשמע, די טישן שטייען ליידיג, פוסט און וויסט, שטויב זאמעלט זיך אן אין די גלעזער, דאס שניי אין פארענט ווערט נישט געפיצט, די פענסטער זענען הערמעטיש פארשלאסן, אפילו די הייצונג איז נישט אנגעצינדן, ווייל פאר וועמען זאלן מיר אנווארימען דאס פלאץ? פאר די ראטן וואס דרינגן אריין פון די לעכער? פאר די שיכורים פון די דערנעבנדיגע דערפער וואס פאלן דא אריין טרינקן אביסל וואסער פון די בית הכסא סינק אומבאצאלט?
רבותי! יעצט שוין אין אן ערנסטן טאן ווענד איך זיך צו אלע וואס פלעגן דא אמאל מהנה זיין דעם עולם, איך קען נישט אויסרעכענען אייערע ניקס ווייל די ליסטע איז ב"ה זייער גרויס, איך בעט אייך אלע א פריוואטע טובה פון הארצן טיפן, איר ווייסט ווי שטארק מיר האבן זיך געפלאגט און געמוטשעט ביז מיר האבן דערזען דעם קרעטשמע אין דעם יעצטיגן צושטאנד, א פלאץ וואו אידן קענען כסדר קומען זיך אויסרוען פאר / אינמיטן / אדער נאך א שווערע טאג ארבעט, א פלאץ וואו איר קענט רואיג זיין אז איר וועט נישט ליינען אזעלכע זאכן וואס איר וועט נישט קענען פארדייען, אן ארט וואו איר קענט אריינפאלן אינעם פאטעל און ארויפלייגן די בלאטיגע שטיוול אויפן טיש, און זיך צושמועסן איבער אלעס און אלעמען, אפילו איבער די מאס.
איך ווייס פון מיין אייגענע עקספיריענס - און איך שטעל זיך פאר אז אנדערע וועלן אויך צושטימען מיט דעם - אז אויב עס "טוט זיך נישט" אין די קרעטשמע, זוכט מען נייעס אויף אנדערע פלעצער, פלעצער וואס מען האט חרטה נאכדעם אז מען איז אהינגעגאנגען, איינער פון די חברים דא האט זיך מיר פארטרויעט אז זינט עס איז שטיל אין קרעטשמע ערלויבט ער זיך צו באזוכן פורומ'ס וואס זענען געווידמעט אויסשליסליך פאר פאליטיק און מחלוקת, ער האט זיך אונטערגעקרעכצט דערביי, זאגנדיג: איך ווייס אז עס טויג נישט, אבער וואס זאל איך טאן? איך ברויך זיך דאך ערגעץ אויסניכטערן אינמיטן די ארבעט?
אלזא, רבותי, איך וועל אי"ה טאן אלעס וואס ליגט אין מיינע הענט, איך האף ארויסצושיקן פריוואטע בריוולעך פאר אלע אלטע שרייבער זיי זאלן זיך צוריקקערן מיט א פרישקייט, און איך וועל זיך אליין צופלייסן בלי נדר ארויפצולייגן באלערנדע ארטיקלן, און איך בעט פון אייך: לייגט צו א פלייצע, העלפט אז די קרעטשמע זאל צוריק ארויפפארן אויף די רעלסן.
איך באדאנק זיך פון פאראויס, ווייל איך שטעל זיך פאר אז איר וועט מיר לאזן אליין דא, נאר אנווענדן אלע מיטלן אויפצוהייבן מיין געמיט צוזאמען מיט די גיסטע פון אלע קרעטשמע זיצער און וואנדערער.
 |
|
|