בית פורומים היימישע קרעטשמע

מיינע בויך קוועטשענישען...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2006 01:56 לינק ישיר 
מיינע בויך קוועטשענישען...

איך האב אפאר זאכן וואס דריקען מיר אין בויך שוין א שטיק צייט, למשל איך פאנג עפעס אן צו שרייבען און פונקט קומט אריין מיין באס, ער האט באשלאסען פונקט יעצט זיך צו דרייען אונטער די פוס, במילא האב איך געקלערט אז יעצט לרגל פון מיין פליען פון דא וועל איך נאך אריינכאפן ארויסלייגן מיינע דריקענישען.

ערשטענס עפעס וואס דריקט מיך שוין פאר א שטיק צייט, וואס איז קרעמער'ס מיינונג איבער די אזוי באקאנטע לאזונג קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!! כ'על ענק זאגען די צדדים פון מיין איבעיא, ווייל ווי ס'שיינט ווייסט קרעמער אליינס נישט וואס ער האלט, קודם שרייבט ער "אז מ'טאר זיך נישט אזוי אויסדרוקן. וכן אנו נוהגין." און דאן שרייבט ער אז ער וויל נישט פארלירן די חתימה אישית פון חי וקים.

האלאו! מעיק אפ יאר מיינד, מ'מעג יא אדער נישט?

נאט אייך ביידע לינקס
דא שרייבט ער אז מ'טאר נישט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1573212

און דא פארקערט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1715446

=====
איך האב נאך אפאר זאכן וואס דריקן מיך, אי"ה ביי אן אנדערע געלעגנהייט. פאר יעצט האט'ס מיר א גוטע נאכט.

תוקן על ידי - פענסטער - 18/01/2006 1:56:34



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 02:17 לינק ישיר 

פענסטער טייערער;

צוערשט וויל איך דיר פרעגן רשות אריינצורעדן אין די אשכול וואס דו האסט געגרינדעט אויסצוגיסן דיינע בויך קרעמפן, ווער ווייסט אויב איך וועל דיר נישט צוגיסן טאמעיטא זאפט אויפן אלסער (ווער עס ווייסט ווי שלעכט דאס שפירט זיך קען שוין נישט ליינען ווייטער) מיט מיינע רייד.

אבער לאמיר פרובירן:

איך בין זייער צופרידן צו הערן אז דו האסט נישט קיין ערגערע בויך קרעמפן ווי די געוואלדיגע סתירה פון איין 'קרעמער' אויפן צווייטן, הלואי וואלט איך געשטאנען אויף די מדריגה... ליידער האב איך ערגערע און וויכטיגערע דאגות אויפן קאפ (צום ביישפיל: זעה אין דעם אשכול "עמערדזשענסי צושטאנד דערקלערט"...).

יעצט בנוגע דעם עצם סתירה, געוואלד, גברא אגברא קרמית? דו פרעגסט א סתירה פון 'קרעמער' אויף 'קרעטשמער' אין די צייט וואס יעדער איינער ווייסט אז דער 'קרעטשמער' באשטייט פון מערערע באזונדערע אינדיווידואלע מענטשן... ווער זאגט דיר אז 'איך' האב דאס געשריבן???????

בכלל איז די סתירה נישט אזוי הארב, ויש ליישב אז לכתחילה איז דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן, ווייל עס שמעקט טאקע מיט כפירה, אבער ווי נישט ווי, קענסטו נישט אוועקמאכן די אומגעווענליכע אויסלייג פון די ווערטער, וואס דאס געבט צו א געשמאק צום גאנצן אויסדרוק, בפרט ווען דאס שטימט מורא'דיק מיטן ניק חי_וקים, אלזא לאמיר אינאיינעם אויסשרייען (בדיעבד):


קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 03:38 לינק ישיר 

קרעמער;

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

איך האב און מיין באזיץ אונזער אי-מעיל אויסטויש ווי די שרייבסט אז די ביסט דער וואס האט געשריבען דע קרעטשמער תגובה, סאו וואס דרייסטו א קאפ, די האסט עס געשריבן און פארטיג.

==
א צוויי מינוט דערנאך וואס די אשכול איז געווארן געגרינדעט באקום איך א אינסטענט מעסעדש אויף גוגל טאלק פון קרעמער, ער שרייבט אזוי:

LOL
IS YOUR STOMACH NOW BETTER

קודם לאמיך פארשטיין וואס איז די געלעכטער? איך האב געפרעגט זייער א נארמאלע שאלה, אפשר נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 05:29 לינק ישיר 

טייערער פענסטער;

וועלכע ווארט איז מרמז דא אויף געלעכטער???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 07:37 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט קרעמער,

לייקן די גאנצע זאך ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 09:37 לינק ישיר 

און דו פענסטער דו רעגסט מיך שוין אויף.

קודם ביסטו א גאנצער מנהל א קנאקער דרייסטוך מיר ארום אין אפיס אזוי... ווי ביים טאטן אין קעלער. נאכער ערקלערסטו דיך אלס געשטארבענער און יעצט צוריק! הילד איננו דער בחור איז דא צוריק !

מעיק אפ יור מיינד , אר יו וויט אס אר עגענסט אס ?

די גאנצע זאך באדערט מיר נישט אזוי ווי איך פלאגג מיך אפ צו שרייבן א "הספד כבד מאוד" אויף פענסטער און דא מאכט ער פאטאש פון מיר, און קומט ארויף צום אויבערפלאך.

... דאס זענען מיינע בויך קוועטשענישן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 10:13 לינק ישיר 

איך האב באמת נישט וואס ציצולייגן צו די ווערטער פון משנה למלך (אויסער א טאבלעט), איך וויל פשוט פאר די רעקארד איבערלאזן דא א צייכן אז איך האב דא באזוכט אום 3:11 ביינאכט!!!

לערנט אייך אפ פון מיר וויאזוי מען ברויך זיך אויפפירן ווען עס ווערט דערקלערט אן "עמערדזשענסי צושטאנד"!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 18:51 לינק ישיר 

טייערער פענסטער;

וועלכע ווארט איז מרמז דא אויף געלעכטער???


איך מיש זיך נישט אריין געווענטליך צווישן אזעלכע לייבן איך קען נאך פארלירן מיין פאסטן, אבער אפשר מיינט פענסטער די LOL וואס די שרייבסט דארט.
(זאג מיר נישט אז די ווייסט נישט די אפטייטש)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 22:38 לינק ישיר 

מאנכע האבן זיך גענומען שרייבן מיט ווייסע טינט אש לבנה על גבי אש שחורה, וואס מאכט מיך מיך אביסל נערוועז ווייל עס איז אביסל שווער צו ליינען,

דאס איז מיינע בויך קוועטשערייען.... LOL



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 22:51 לינק ישיר 

יאנאש שרייבט:

איך מיש זיך נישט אריין געווענטליך צווישן אזעלכע לייבן איך קען נאך פארלירן מיין פאסטן, אבער אפשר מיינט פענסטער די LOL וואס די שרייבסט דארט.


יעצט כאפ איך שוין, עס מיינט LAUGHING OLD LIONS?

בןהרחמן;

איך האב הנאה פון דיר, ביסט אריינגעשפרינגן בכל כוחו אין קרעטשמע צו ראטעווען די מצב, יישר כח בשם אלע חברי הקרעטשמע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 23:05 לינק ישיר 

קרעמער, איך מיין אז דו זאלסט געבן א רוק דיין זייגערל מיט א צוויי מינוט...

................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:12 לינק ישיר 

ניני;

פאראויס אדער צוריק?

און וואס וועסטו ריוח האבן פון מיינע צוויי מינוט?

תוקן על ידי - קרעמער - 18/01/2006 23:12:22



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 23:17 לינק ישיר 

האסט טאקע נישט גערעדט צו מיר... אבער איך וועל מיך אנרופן (מוזט עס נישט לעזען)
האסט געוואלט ווייזן אז דו ביסט דא געוועזן 3:11 און אדערווייל ווייזט עס 10:13 נשלח ב 18/1/2006

................
-----------------------------
OK I'M M'SAKEN TOO

תוקן על ידי - ניןהרחמן - 18/01/2006 23:16:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2006 02:30 לינק ישיר 

יישר כח ניני פארן אויפמערקן, אבער עס קען זיין אז די תגובה אליין האט מיר גענומען צו שרייבן גאנצע צוויי מינוט (כ'געדענק שוין נישט, ס'געווען צווישן איין דרימל און צווייטן).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/1/2006 02:31 לינק ישיר 

בדרך אגב האב איך שוין יעצט בודק געווען דעם זייגער, און אויף מיין קאמפיוטער איז אויך געווען :30 בשעת'ן שרייבן די תגובה, ממילא ברויך איך נישט רירן דעם זייגערל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/5/2006 18:18 לינק ישיר 

איידי דאתית להכי אז איך בין דא פון יענעם עולם, וועל איך גיין ווייטער מיט מיינע בויך קוועטשענישען. דאס זענען זאכען וואס קוועטשן מיר שוין לאנג, נאר די אינשי דלא מעלי האבן גורם געווען מיין פריצייטיגע פטירה, נאך פאר איך האב עספיעט צו ענדיגן ארויסגעבן די זאכן וואס דריקן מיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מיינע בויך קוועטשענישען...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext