איך שפאציר אויפן גאס (פארשטייט זיך אז אויף די סיידוואק), עס איז נאך א פעסטע רעגן, ביי די זייט פון די ראוד איז נאך דא (אין די גריבלעך) פארבליבענע רעגן וואסער. קומט צו פארן א קאר, און געט א פאר אריין אין די גריבעל, און (כמעט) די גאנצע וואסער גיט א שפריץ ארויף אויף מיר (אדער אויף די אנדערע דארעכגייער).
איך פארשטיי אז דער דרייווער טוט דאס אומווילענדיג, אומוויסענדיג, אומטראכטענדיג.
רוף איך דא אויס הויך אויפן קול.
גיט אביסל אבאכט אויף די דורך גייער.
איך בעט נישט קיין היטשעס, איך הייס נישט פארן שטייטער, איך הייס נישט פארן שנעלער. אבער איין זאך יא. שפריטצט מיך נישט אזוי אן.
איך אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערען.
און א שיינעם דאנק פאר די אלע וואס וועלן צוהערן צו מיר.
נשלח ב-18/1/2006 17:53
פארוואס בעטסטו ניטש קיין היטשעס, איך וואלט יא געבעטן היטשעס , איך מיין, עפעס אביסל געפיהל מעג מען האבן, נאכדערצו אין די געפרוירענע נאסע גליטשיגע טעג וואלט איך געקענט באשטיין אויב איינער וואלט זיך מיר אנגעטראגן צו געבן א היטש.
יא און צו די וואס געבן אזא פליה אדורך און זיי גיבן אזא פלאטשקע אין די וואסער וואלטן זיך טאקע געמעגט רעכענען מיט די דורכגייער.
ביי די זייט זעהט מען א בילד פון כ"ק הגה"צ מ'יארמע שליט"א מיטן קאלפיק און דעם פייקע ציביך (לולקע).
נשלח ב-12/3/2006 22:51
האט ער געכאפט א שפריץ אבער זיין טענות איז נאר געווען אז עס וועט צישטערט ווערען זיין שיעור: היינט פרטאגס ווען איך האב גהאלטען פארן א היים גיין פין מיין ליל שישי שיעור בין איך אריבער געפארען א דידזש עס איז געווען פיל מיט וואסער איך האב נישט געקיקט אויפן סייד וואלק אבער מיין פענסטער איז געווען א ביסעל אפען און עס האט אריינגעשפריצט איך האב געמיינט אז איך מיט די פאר טראפען מעראסט אויף מיין בעקיטשע בין דער וויקטעם מיט א מאל הער איך קולי קולות פין א צעבראכען אידעל הר''ר וו.ב. איך בין שוין אזוי אויך שפעט צום שיעור יעצט דארף איך נאך אהיים גיין זיך איבער טוישען ווער ווייסט צי מיין חבר וועט נישט אהיים גיין פארשטייט זיך אז איך בין געווען א מענטש איך האב געגעבען א היטש א היים איך האב אים אויסגעווארט ביז ער האט זיך געטוישט אין איך האב אים געטראגען ציריק צים ביהמ''ד די גאנצע צייט איז אים גארנישט אנגעגאנגען נאר דאס אז זיין שיעור וועט צישטערט ווערען משא''כ ווען איך וואלט געווען אין זיין פלאץ באגאסען פין קאפ ביז פיס מיט מעראסט די לעצטע זאך וואס וואלט מיך געבאדערט וואלט געווען מיין שיעור מי כעמך ישראל
תוקן על ידי - cano - 12/03/2006 22:50:07