בית פורומים היימישע קרעטשמע

רייכערן און פובליק איז דאס נארמאל??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/1/2006 23:02 לינק ישיר 
רייכערן און פובליק איז דאס נארמאל??


•איך שטיי אויף צופרי איך קום אן אין ביהמ"ד איך גיי נעמען א קאווע צוויי מענטשן(אויב מעג איך זיי אנרופען מענטשן)שטייען מיט ציגארעטן און פארויכרן דאס גאנצע פלאץ ממש נישט צום אויסהאלטן
•גיי איך און מקוה ווייטער איינער האט זיך געזעטץ לעבן מיר מיט א ציגארעט
•גיי איך און ביהכ"ס זעטץ זיך איינער און די נעקסטע ביהכ"ס מיט א ציגארעט און פארויכרט דאס גאנצע ביהכ"ס ממש נישט צום אויסהאלטן
•איך האלט דאס איז נישט א נארמאלע זאך אז איר ווילט כאפן א ציגארעט גייט און גאס איך און נאך מענטשן דארפן נישט ליידן
•א חוץ וואס עס איז קעגן דעם געזעץ
•זאל יעדער דא זאגן זיין מיינונג איבער דעם



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2006 23:52 לינק ישיר 

די נישט נארמאלסטע זאך אין מיין לעבן וואס איך האב אנגעטראפן ביי נארמאלע מענטשן איז נישט קענען אויסהאלטן די רויעך פון ציגרעטליך. והביאור כדלהלן: גאט האט באשאפן א מענטש, מיט רמ"ח אברים און שס"ה גידים, וואס סיז דא געוויסע איברים וואס זיי זענען די מעין אברים פון דעם מענטש, למשל די הארץ, יעדער מענטש איז צוזאמען געשטעלט פון ד' כוחות וואס דאס איז, אש רוח מים עפר, און דאס דארף זיין גוט אנגעשטעלט אז דער מענטש זאל קענען געהעריג פונקציאנירן, דאס מיינט צו זאגן אז אויב איז איינע פון די כוחות מתגבר, דאן ווערט דער מענטש נישט געזונט, למשל ווען די כוח האש איז זיך מתגבר דאן האט א מענטש פיבער, און דאס פאסירט אויב איינע פון די אנדערע כוחות ווערן נחלש, סיז דא מענטשן מיט שטארקערע מזגים, און סיז דא שוואכערע, שטארקערע קענען ארויסגיין ווינטער אן א מאנטעל, קענען עסן מער פעטע מאכלים, וכו' וכו' און אלע כוחות בלייבן געהעריג אויפ'ן פלאץ. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז אויב א מענטש זאל א גאנצן טאג עסן קענדיס וועט ער שוואך ווערן, און פארשטייט זיך אויך שטארבן אויב געט ער נישט אויף די מהלך החיים, און ווי אויך אז איינער זאל פינף שעה אין א ציה עסן פעטע געפרעגלטע סטעק, דאן פאלט ער גלייך אריין אין בעט, און קען שרייבן א צוואה, פארוואס? ווייל גאט האט אריינגעלייגט אין דעם מענטש א סיסטעם, די סיסטעם ספראוועט זיך מיט עסן, אז אלעס זאל גיין אויף דעם ריכטיגן פלאץ, און אז אלע כוחות זאלן געשפייזט ווערן פון די עסן וואס א מענטש עסט, אויב טוט דער מענטש קאנפיוזען דעם סיסטעם, דאן טוען די כוחות נישט נארמאל פונקציאנירן, און דאן ווערט ער נישט געזונט, עד כדי כך אז ער זאל שטארבן ל"ע. פונקט אזוי ווי דער סיסטעם ספראוועט זיך מיט עסן, די זעלבע פונקט ספראוועט ער זיך מיט "רויעך", דאס הייסט יעדער נארמאלער געזונטער מענטש קען פארנעמען אן אמאונט רויעך א טאג, די זעלבע זאך אז א מענטש זאל אריין נעמן אין זיך טאנען מיט רויעך, וועט דאס דער סיסטעם נישט פארנעמן און דער מענטש וועט נישט פונקציאנירן ווי עס באדארף צו זיין, און לפעמים אויך קראנק ווערן, אבער דאס מיינט נישט אז דער מענטש פארנעמט נישט די רויעך, אדרבה פרעגט וועלכען דאקטאר איר ווילט אויב 5 ציגרעטליך א טאג קען שאדן פאר א מענטש. איצט איז אזוי, דער פראבלעם פון רייכערן איז לעצטנס נולד געווארן, פאר איין סיבה, ווייל מ'האט אנגעהויבן אריינלייגן דראגס אין דעם, און דאס ציהט געפערליך נאך צו רויכערן, און ממילא נארמאל אפילו מ'הייבט אן ביי פינף א טאג, ענדיגט זיך דאס ביי איבער א פעקל א טאג, הגם סיז טאקע דא מענטשן וואס וועלן דאס קענען פארנעמן ווייל זיי האבן א שטארקן סיסטעם, אבער דאס איז נישט אויסגערעכנט, ממילא שרייען די דאקטוירים אז די ערשטע ציגרעטל איז דער חורבן, ווייל איינס שלעפט נאך וכו' וכו', אבער דאס איז זיכער אויב א מענטש קען זיך שטעלן אויף א סיסטעם, דאן איז דאס נישט קיין שום פראבלעם, אדרבה איך ווייס קלאר פון א דאקטאר וואס האט געזאגט פאר א איד ער זאל רייכערן 4ציגרעטליך יעדן טאג פאר זיין פארדייאינג סיסטעם. נאר וואס סיהאט פאסירט איז אז מ'האט אנגהויבן ארויסקומען קעגן דעם מיט געפערליכע שרייעדיגע מעלדונגען, איז איינער וואס רייכערט נישט, מיינט טאקע אז דע רויעך גייט איהם הרג'ענען, סישטיינס געזאגט א סעקאנד הענד סמאוקער איז דאך נאך פיל ערגער, -איך פארשטיי נאך עד היום נישט ווי אזוי מענטשן קענען דאס אאפילו אננעמן פאר א דזשאוק- בכל אופן, איז דאס געווארן א פראבלעם אין מוח, דעם מענטשן'ס מוח איז געווארן ברעין וואשט, אז אויב וועט ער נאר שפירן א ציגרעטל גרוך דאן הייבן אהן זיינע לונגען שווארץ ווערן, און דאן באקומט ער יענע מאנסע, און פון דארט ביז שטארבן איז א קורצע וועג. און דאס איז פונקט אזוי ווי איינער וואס האט אמאל פאטאל אראפגעהאקט א מענטש מיט א אויטא רח"ל, וועט מורא האבן נאכאמאל צו נעמן די רעדל אין די האנט אריין, וואס הגם וואסארא שייכות האט מארגן מיט נעכטן, אבער דאס איז די מוח פון א מענטש, און סיז דא אויף דעם פיל דוגמאות, יעדער מענטש אין זיין פריוואטן לעבן. ממילא זאלט איר אלע פארשטיין פארוואס איך קען נישט פארשטיין א נארמאלען מענטש וואס קען נישט פארנעמן די גערוך פון ציגרעטליך, ווייל דאס איז בלויז שקר, און נארמאלערהייט קען ער פארנעמן די רויך פון די מצה בעקעריי, און פון די שריפת חמץ, וכו' כו', אבער דא איז דאס געפראגרעמט געווארן אין מוח, און סיז נעבעך פאטאל געטאטשט געווארן, איז די קשיא אויב ביסטע א נארמאלער מענטש, היתכן אז דו זאלסט נישט קענען באלעבאטעוען אויף דיין מוח, גראדע קען איך יא אסאך נארמאלע מענטשן וואס הגם זיי רייכערן נישט אבער ס'שטערט זיי בכלל נישט דער רויעך, און ווי אויך קענען זיי פון מאל צו מאל פאררייכערן א ציגרעטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2006 23:59 לינק ישיר 

סאכדעס א גרינע מענטשעלע (איך נוץ פייערפוקס) עניוועי. אז מאיזה סיבה שטערט עס יענעם טאר איך עס נישט טוהן. אבער איך קען נישט צו זיך קומען, פון זעהן ווי מענשטען האבן נישט וואס צו טראכטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 00:27 לינק ישיר 

איך ניץ נישט פייער פאקס, דא האסטו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 01:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איס געווען א מעסה מיתּ א יוד א סדיכ, געוועןן איס דער יוד דער הייליקער דזשערקער רעבע שעליטע, ביי אם אין בעס מעדרעש אין באראפארכ האת דע גאנסע עולעם געראכערט, איס געקומען סו גיין דארת עתליחע יונגערמאנטישכעס און געסאגט אס סעשטערט סיי דעס ראכערען, אונד מען סאל מאחן א צימער פאר די מענטשען וואת ראכערען, האט דער רעבע שעליטע געזאגת אס דע געזינתע מענטשען באדערת נישת ווען מאן ראכערט נאנט צו זיי, און סעשטערט נאר פאר דע קראנקע מענטשען די ראכעריי, איז פארוות סאל מען מאחן א עקתטערע צימער פאר די ראכער'ס? סאל מען מאכען פאר די קראנקע מענטשן א עכסטערע צימער, עד קאן לשוינוי הקאדויש.

בא אונז אין דארפ האת מען אויח אלץ געראכערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 02:14 לינק ישיר 

סאכדעס/התאחדות; נאדיר פאר די שיינע באשרייבונג, איך האב שטארק הנאה אז ווען דו ווילסט (אדער ווען איינער וויל דיר ארויסכאפן דעם ציגאר פון פיסק) קענסטו שרייבן הערליך שיין און... "אן קיין יאך'ס"... יעצט נאדיר (פאריגע וואך האב איך געזאגט פאר איינעם אז אזוי ווייזט מען ווען מען וויל דער מוזיק זאל זינגען די מיטעלסטע הקפה ניגון) פאר די עצם באשרייבונג. איך בין נישט קיין רויכערער, די ערשטע און (האפנטליך) לעצטע ציגארעטל האב איך פרובירט ביי די 15 (אזוי ווי אייך אלע מסתמא), איך האב אזוי שלעכט געשפירט נאכדעם (יא, שרייט מיר אן: האסט גערייכערט פון די פארקערטע זייט, האסט ער אריינגעשטיפט אין נאז אנשטאט אין מויל, בלא בלא בלא) אז איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא קלוגער איד ווי דיר - סאכדעס/התאחדות - קען שטיין נאנט צו א ציגארעטל. אין ישיבה - נישט מער געדאכט - אויב האט זיך איינער דערוואגט צו רייכערן אין דעם נעקסטן שטובל נעבן מיר, האט ער געברויכט האבן באזונדערע מזל אז איך זאל נישט אריינגיסן א טעפל וואסער אויף זיין קעפל/טעפל ארויף...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/1/2006 04:36 לינק ישיר 

test



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 04:57 לינק ישיר 

ביסט נאך 15 יאר אלט קלוגעראיד?? ווייל איך זעה אז די טעסט יעצט צום ערשטן מאל, און קרעמער האט געזאגט אז ער האט געטעסט ביי די 15, און ער האט עס נישט ליב געהאט, סאו איך מיין אז די זאלסט זיך אדורך רעדן מיט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 05:06 לינק ישיר 

נישט צו פארדרייען די שמועס (בבחינת נישט אום שבת גערעדט) וויל איך רעדן צו דיר יאנאש א ווארט; זעהנדיג דיינע פראבלעמען מיט די צייט, מיין איך אז מיר ברויכן מאכן א שטיקל שיעור, א חברותא פון איין שעה א טאג (כ'האף האסט שוין געזען "א געשעפט", אנדערש וועסטו נישט אזוי לאכן).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/1/2006 11:58 לינק ישיר 

התאחדות איינס און נאכאיינס געוואלדיג גוט אראפגעלייגט. אגב. ביי וועם איז געווען די מעשה אז ער דאקטאר האט עם געהייסן רייכערען?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/1/2006 19:15 לינק ישיר 

שוין געזעהן גראדע איך רעיט עס c אויב איך האב א מיינונג.
לגבי א שיעור מוז איך מיך נאך איבער טראכטן, איך האב שוין צופיל שעורים, און איך האב צוגעזאגט פאר מיין ווייב אז אויב איך וועל האבן צייט איז מיין נעקסטע שיעור מיט איר. סאו איי גאט טו טינק.
גראדע גיי איך זיין עטוואס פארנומען די וואך, איך האב אנגעהויבן 24 סיזען 4, סאו אפשר נעקסטע וואך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2006 20:05 לינק ישיר 

יאנאש;

דו פארגינסט פאר "א געשעפט" א C?????

אגב, די ערשטע דריי סעזאנען פון 24 האסטו שוין געפארטיגט? וואס זאגסטו דערצו? (איך האלט נאך די ערשטע, איך בין נישט אינטערסירט צו גיין ווייטער..).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2006 21:05 לינק ישיר 

איך האב גראדע געוואלט לייגן א - צום C באט איך האב פיינט ווען עס שטעלט זיך אויס אזוי C- האב איך געלאזט נאר א C (איך האב נישט געכאפט אז איך קען לייגן א D) .

לגבי 24, קען איך נאר זאגן אז בטעם וריח אין להתוכח, יעדער האט ליב עפעס אנדערש, באט דיס איז מיי בעסט.
וואס האט דיר געמאכט נישט וועלן קוקן ווייטער?

נ.ב. איך ווייס אז עס דא א וועג צו מאכן -C באט איך האב נישט קיין געדולד דערצו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2006 21:23 לינק ישיר 

אויפגערעגטערהייט פארווייטאגט פארביטערט מיט א ציגרעטל אין האנט, קוקט זיך דער דאיען צו, אויף דעם טישל איבער די ציגראטליך, ער ערווארט סיזאל ווערן א דין ודברים כדרכה של תורה, אזוי ווי סישטייט אין תיקו"ז תלמידי חכמים שמנגחים זו את זו כשורים, אבער וואס ווער ווען, איז מען אריבער געגאנגען צו דעם שתים רעות עשו, און מ'האט פארדרייעט ליידער דעם אשקול, על כן חלקנו צורנו, -יאך בין פונקט הויטע ביי א ברית געוועזן,- בעט איך אייך הויכגעשעצעט שרים ונכבדים, ביטע נישט שטיין ביין דעם, ביטע קערט צוריק דעם אשקול צו דעם ריכטיגען וועג,

ייש"כ למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2006 04:40 לינק ישיר 

yanash what should i tell u u sound like a small child with your ansewers  go to the point



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2006 14:58 לינק ישיר 

where is the point exactly, please tell me so ill be able to go there
GET to the point ok smart yid
דא שרייבט מען אידיש אלל רייט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > רייכערן און פובליק איז דאס נארמאל??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext