בית פורומים היימישע קרעטשמע

זאכן וואס איך וויל שוין לאנג וויסן...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2006 18:26 לינק ישיר 
זאכן וואס איך וויל שוין לאנג וויסן...

פארוואס ברויך א רעסיט האבן אזא ספעציעלע גערוך?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2006 19:05 לינק ישיר 

נאך קיינמאל נישט געשפירט, אחוץ פון פיש סטאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2006 20:02 לינק ישיר 

קום אריבער צו מיר, איך האב עטליכע רעסיטס אין טאש, יעדע איינס האט די זעלבע גערוך. די לעצטע איז פון "קרן עזר" (יא, איך האב באקומען די סעט קארטלעך).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2006 21:01 לינק ישיר 

אדרבה וואו קען מען דיר טרעפן?
(איך האב נישט קיין מושג פון וועלכע קארטלעך די רעדסט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2006 21:29 לינק ישיר 

מען זעט אז דו וואוינסט נישט אין וויליאמסבורג.

ווער ווייסט נישט פון די "חסד שפיל" קארטלעך וואס "קרן עזר" האט אויסגעטיילט ביי זייער טיי אווענט פאר נתינות פון $36. אזא פעקל האב איך היינט באקומען אין שוהל.

(אויב דו ווילסט זייער שטארק אריבערקומען צו מיר, קוק אין אישית).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2006 18:45 לינק ישיר 

לעצטנס בין איך געוואויר געווארן א זאך וואס איך וויל שוין לאנג וויסן.

איר וועט אפשר געדענקן אז איך האב דא אמאל אויפגעשטעלט א געוואלדיגע וואונדערליכע שאלה... פארוואס דער דיין הרב סאכדעס מיטן קעניג מר דזשובוי פארשטייען זיך אזוי גוט... כאילו זיי וואלטן זיך געקענט נאך פון חדר, בעת זיי האבן זיך נאך קיינמאל געטראפן אין עכטן לעבן.

פאריגע וואך האב איך געעפענט א נועם אלימלך, האב איך געפונען אן ענטפער צו מיין קשיא, ליינט און שטוינט:

דער הייליגער נועם אלימלך שרייבט די פאלגענדע ווערטער:

איתא בספרים למה פעמים בני אדם יש קרבות גדול ביניהם ומחבבים זה את זה עד למאד ולפעמים כרוכים רבים אחר איש אחד ויש בני אדם אף שהם לומדים מרחיקים עצמם זה מזה, הטעם הוא מחמת שבודאי בג"ע היו יושבים זה אצל זה והיו שכנים ומקורבים לכן גם בעה"ז הם מקרובים ומחובבים זה לזה (נועם אלימלך פ' בא ד"ה או יאמר ואם ימעט)

איז אייך נאך עפעס שווער? מיר שוין נישט...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/2/2006 23:03 לינק ישיר 

החייתנו מיר איז אויך שווער געווען די קשיא
נאדיר טויזנט גרינע מענטשלעך קורצים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2006 23:16 לינק ישיר 

סאכדעס;

כנראה התחלף אצלך אֶלֶף באַלֶף



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/2/2006 01:44 לינק ישיר 

גראף טייערער,

איך מיין אז עס איז דא א גרינגער וועג צו פארענטפערען דיין חקירה,

זייער פשוט, ליידיג אויס די טאש ווי דיינע רעסיט'ס ליגן, קוק אויב עס איז נישטא נאך עפעס א זאך דארט וואס קען ברענגען אזא שלעכטע און אימאיינגענעמע גערוך,

פארוואס אנלייגען די שולד אויף די רעסיט'ס ?

[די ריזן פארוואס איך טראכט אזוי איז, צוליב דעם וואס איך בין געווען ביי די מסיבה פין קרן עזר און אלעס האט זייער נארמאל געשמעקט דארט, און ווי אויך קען איך מיך שוין פארשטעלן וויאזוי די טאש פון גראף קוקט אויס]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2006 01:48 לינק ישיר 

צייטליך טייערער, דו ביסט ביים מסיבה פאר קרן עזר נישט געווען, און אין מיין טאש געפונט זיך נישט עפעס וואס מאכט אן אומאיינגענעמע גערוך אויסער די אלע רעסיטס פון די אומצאליגע מוסדות התורה והחסד וואס געפונען פון מיינע גראפישע דאלארן.

אויב האסטו נאכנישט באמערקט אין דיין לעבן אז רעסיטס געבן ארויס א געוויסע גערוך, פרעג דיינע שכינים וואס די חוש הריח ארבעט זיי יא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 11:04 לינק ישיר 

פרעגטס נישט וואס כ'אב געהאט די נאכט...
ממש נדדה שנת המלך..
א מאדנער חלום איך בין געקומען זוכן אין גוגל א פתרון...
האב איך מיך דערמאנט לאלוקים פתרונים, בין איך אריין אין קרעטשמע
סליחה איך רעד נישט אזוי צום דבר, עס איז דאך אינמיטן די נאכט...

גראף יא לכבודך האב איך ארויסגענומען מיין רעסיט אוצר,
און דורך געשמעקט אלע רעסיטס, און יא ביסט גערעכט כמעט
אלע האבן די זעלבע גערוך ! וואונדער איבער וואונדער.

אגב, די דאלערס האבן עפעס אן ענליכע גערוך, גאו פיגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 13:17 לינק ישיר 

פארוואס ווען מען געט א פליק אויף א רעסיט אדער אויף די אלטע געדרייטע פאקס פעיפער ווערט אזא שווארצע ליין?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/2/2006 19:16 לינק ישיר 

איינער זוכט דעם אשכול.

ס'איז נאך אלץ אויפן ערשטן עמוד. (פאר די תגובה)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/2/2006 19:34 לינק ישיר 

ווען גייט נאטורליך ווייטער שרייבן זיין טאגבוך?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/2/2006 22:17 לינק ישיר 

די היינטיגע רעסיט פאפירן איז א ספעשל מין פאפיר, וואס האט אויף זיך א שיכט (COAT), וואס אויב מ'ברענט ארויף דערויף א שטארקע היץ, ווערט עס שווארץ,

ווען דער פרינטער פרינט אויף די סארט פאפיר, ניצט ער נישט קיין טינט (INK), נאר עס ניצט די היץ צו פארמירן די אותיות, די סארט פרינטערס ברויכן קיינמאל נישט קיין טינט,

עס ווערט אנגערופן direct thermal printers

די פעקס מאשינען האבן אלס געארבעט אויף דעם טעקנאלאגיע.

ממילא איז שוין פארעטפערט אלע קשיא'ס וואס דער רבי האט געפרעגט.

עס האט א גראך, פון די אויווענדערמאנטע שיכט, וואס איז אזא מין קעמיקל

אין עס ווערט שווארץ פון די קנייטשן און די פליקן, ווייל די קנייטשן און פליקן האט די זעלבע נאטורילכע השפעה (EFFECT) ווי די היץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2006 23:41 לינק ישיר 

קושקע;

איך האב דאס קיינמאל נישט געוואוסט, יישר כח פאר די אינטערסאנטע אינפא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > זאכן וואס איך וויל שוין לאנג וויסן...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext