יישר כח "TOTHETHING/TEST" פארן מחזק זיין אין די ארבעט.
לאמיר דיר פרובירן ארויסהעלפן:
1) דא אין די קרעטשמע האט יעדער (כמעט) רשות כתיבה, אלזא וואס טויג דיר צו טעסטן כסדר? ובחנוני נא בזאת שטייט ביי מעשר.
2) ווען דו שרייבסט א לאנגע מגילה און דו פארכסט זיך אז עס וועט זיך אויסמעקן, טוה אזוי: קאפיר די גאנצע מגילה, און דאן דרוק שלח תגובה, אזוי אז אויב עס געשעט א פארלוסט און די גאנצע ארבעט גייט לטמיון, מאכסטו א רעכטן קליק און דו דרוקסט פעיסט און שוין. אויף דעם אופן וועסטו זיך נישט ברויכן איבערשטרענגן איבערצושרייבן די גאנצע מגילה, בזיעת אפך תכתוב על היידפארק שטייט נישט אין מיין תורה.
3) מעגסט פרובירן אראפצונעמען די CAPS LOCK פון דיינע אותיות.
|
|