אין א דעפעשע טיטולירט "אז איך וויל שוין יא קען איך נישט...", ווענדט זיך דער ראש הקהל צו מיר אין אישית מיט א פארצווייפלטע הילפס רוף, וזה לשונו: וואס איז דאס א נייע אויסשטעל, מיט נייע רעגולאציעס??
איך פרוביר ענדליך ארויפצולייגן עפעס אן ארטיקל, זאגט מיך הייד פארק אז כ'ברויך ווארטן ביז דער פעידזש לאודט זיך, ווילאנג דארף דאס געדויערן? ביי מיר נעמט עס שוין צען מינוט, כ'האב שוין אפילו אריינגעלייגט די טעקסט, זאגט ער מיך אז עס איז דא תקלה, וויל איך מוז אריינפילן עפעס ביי הודעה, נו, כ'האב דאך אריינגעלייגט! איז דא עפעס אן עצה?
ווער עס האט עפעס עצות פארן חשוב'ן ראש הקהל, זאל מוחל זיין מעלדן ברבים דערוועגן, און ער וועט האבן א חלק אין מחיה זיין אלע קרעטשמע זיצער.
נשלח ב-30/1/2006 00:02
בשעת ווען די ווילסט שיקן א תגובה עפען אויף אין די זעלבע צייט ווארד, טייפ דארט וואס די ווילסט שרייבן, אין לכאורה ביז די וועסט ענדיגן שרייבן וועט די ה"פ טעינה זיין רעדי, מאך קאפי & פעיסט, אין שלום על ישראל
נשלח ב-30/1/2006 03:08
עס קוקט אויס ווי עטליכע יחידים אדער גאר א גרופע ווידערשפעניגער האבן זיך פאראייניגט מיט כח צו באזייטיגן דעם ראש הקהל, ווייל איך באמערק יעצט אין מיין פריוואטע פאסט קעסטל א פייערדיג בריוול פונעם ראש הקהל, אונטערן קעפל "אז נישט איז נישט", וזה לשונו: הער. אז מען וועט נישט אוועקנעמען די שטיינער אין וועג צום דערפל, און מען וועט ווייטער באדארפן שטיין אזוי לאנג ביים טויער צום קרעטשמע ביז ווען אלעקסיי דער דזשאנדאר וועט באשליסן אז איך קען אריבער גיין, ווייס איך נישט צו איך וועל נאך קענען דא פארוויילן.
מיין צייט איז צו טייער.
תוקן על ידי - קרעמער - 30/01/2006 3:07:26
הו........ ענדליך בין איך אנגעקומען.....
ס'ארא נייע גזירות רעות דא, אמאל האט מען איבעראל געקענט גיין אנע פראבלעמען. היינט ברויך איך
אדורך גיין פראצעדורן ביי די מקוה, און איצט שוין דא צום קרעטשמע אויכעט. גרינע שילדן האלטן
אפ דעם טויער און כ'האב נאר געקענט אריינקומען דורך אן אונטער טיר.
שוין, לאמיך ארפלייגן די שמוציגע שטיוול, אויסטון דעם אויבערראק, ארונטערנעמען דעם שאל, און
אין די זייט לייגן דעם קוטשמע. זיך אפווישן די נאז מיטן טאש טיכל, אויסקלארן די גלעזער, און
זיך אויסטשוכען די ביינער.
אקעי, בלייבט געזונט, איך וועל יעצט אריינגיין אין אפיס צוריק צו די געשעפטן, אויף צום
ווידערזעהן אן אנדערס מאל.
נשלח ב-30/1/2006 05:42
טייערער ראש הקהל, וויסן זאלט איר אז נישט יעדער מאכט דורוך די אלע שוועריקייטן ביים אריין קימען דא
איך אלץ "גרינער" קען איך קימען אין גיין ווען איך וויל וויפיל איך וויל
זעט אויס אז דער ראש הקהל האט נישט באצאלט פאר די .. פארוואלטער אין צייט אין זיי מאכן די אלע שוועריקייטן
תוקן על ידי - חיימיל - 30/01/2006 5:42:48
נשלח ב-30/1/2006 05:56
חיימיל;
די רעיון וואס דו ברענגט ארויס שטייט שוין בעצם אין די גמרא (ברכות לד:) אז א מיניסטער קען זיך נישט אזוי אפט דרייען ביים קעניג ווי אן עבד וועלכער קען אריינגיין און ארויסגיין ווען ער וויל.
נשלח ב-30/1/2006 07:40
פטור צו ווערן פון דעם "הדף בטעינה" דריק די סטאפ (x) באטן, אדער די Esc קי.