בית פורומים היימישע קרעטשמע

ווען דארף מען אנפאנגן פסח'דיג צו מאכן די הויז???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2006 15:51 לינק ישיר 
ווען דארף מען אנפאנגן פסח'דיג צו מאכן די הויז???

מיין טייערע שוויגער פאנגט אן פסח'דיג צו מאכן אי זיבן רומיגע דירה תיכף נאך די זאת חנוכה פארטי.

מיין ווייב'ס טייערע שוויגער פארמאגט א ניין רומיגע דירה, און זי פאנגט אן ראש חודש שבט.

מיינע צוקונפטיגע איידעמערס (מיטן אייבירשטען'ס הילף) שוויגער פאנגט אן נאך די חמשה עשר בשבט סעודה.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2006 16:58 לינק ישיר 

פארוואס ברענגסטו אויף דעם שמועס? דו ווייסט נישט אז דאס עסט מיר אויף? ווען מען רעדט נאר פון "פסח מאכן" וועט מיין מאגען איינגעשרינקן, וויאזוי ווילסטו אז איך זאל אויפעסן דעם היינטיגן פרישטאג?

ביי אונז הייבט מען נישט אן פסח מאכן איידער מוצאי שושן פורים. נאך איין מזל אז פורים איז דא א מצוה פון משלוח מנות, אזוי איז דא וואס צו עסן ביז דריי טאג פאר פסח. די לעצטע דריי טאג זיץ איך אויף אינטערווינעס.

מיין אונטערשטע שכן ענדיגט אלץ אזוי פרי פסח'דיג מאכן, אז שוין א וואך פאר פסח קומט ער אהיים מיט די ערב פסח מצות.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2006 18:08 לינק ישיר 

מנהלים; ביטע נעמט אראפ די אשכול עסמאכט מיר הויכע בלוט-דרוק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2006 18:10 לינק ישיר 

דער פראבלעם איז ווייט נישט דאס אנהייבען, אלע אידענעס הייבען אן אייניג.
דער געווינער איז ווער עס פארטיגט פריער. זענט איר אריין אין א גראסערי תיכף נאך פורים צו געהערט א שמועס פון מאמעס ביים באס. ?
אלע זאגען "איך בין שוין אלעס פארטיג" מען קען שוין מארגען כשר'ן"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2006 18:45 לינק ישיר 

שנאפס (איך האב געוואלט לייגן א גרינע מענטשעלע, אבער היידפארק געבט מיר נישט דעם אויסוואל, נאדיר דאס אנשטאט )

עמו אנכי בצרה..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2006 19:45 לינק ישיר 

שנאפס און קרעמער

דא האט איר דעס
(ביי מיר ליגט עס ביי 'לרשימה המלאה').


יעצט צו די חשובע שרייבער און ליינער

אנטשולדיגט מיר אלע פאר די עגמות נפש וואס איך איין פארשאפט.


יעצט צו די מנהלים

איר קענט אויסמעקן דעם אשכול. איך וויל נישט אז די וואס האבן עס נאכנישט געזעהן זאלן אויך האבן עגמות נפש. תוקן על ידי - 3x0 - 01/02/2006 19:47:03



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2006 19:57 לינק ישיר 

אזוי ווי ביי אונז איז מען נישט אזוי פארנומען, האבן מיר צייט נאך פורים אנצופאנגן מיט די ארבעט.

איך האלט נישט אז מען דארף אראפ נעמן די אשכול, ווייל איך זעה נישט וואס עס איז אזוי שלעכט דערמיט. אבער אז דער עולם וויל, אפשר קען מען מאכן votes צו מען זאל עס יא אראפ נעמן אדער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 21:52 לינק ישיר 

3X0;

מיין "רשימה המליאה" עפענט זיך בכלל נישט!

נאט-טו;

נעם עס נישט אזוי ערנסט... דער עולם איז נישט אזוי האקעל און סענסיטיוו ווי דו מיינסט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2006 22:18 לינק ישיר 

צו לייזן דעם פראבלעם וואלט מען געדארפט שיקן די ווייבער אין קאנטרי פון פורים ביז ערב פסח




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 22:54 לינק ישיר 

איך בין נישט מסכים !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2006 02:31 לינק ישיר 

סעמאן;

קוק וואס דו האסט געטאן צו אונזער פריינט 'נאטורליך' ווען דו האסט נאר דערמאנט די ווארט קאנטרי...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/2/2006 04:15 לינק ישיר 

די בעסטע לעזונג איז אז די הויז זאל זיין א מקום שאין מכניסים שם חמץ.


אזוי וי די וואס טרינקען נישט קאפי א גאנץ יאר אזוי אז די קאפ זאל זיי נישט וויי טאן תשעה באב און יום כיפור; און די וואס וואשן זיך אפ די הענט ביז די קשרי האצבעות א גאנץ יאר כדי נישט נכשל צו ווערן אויף די אויבענדערמאנטע טעג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 04:59 לינק ישיר 

דיינו ווי זענט איר? איר וועט נאך ברוגז זיין באתרא דמר

ברשתך די משנה זאגט אור לארבעה עשר בודקים. וועגן פסח'דיג מאכן ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט עס איז א רשות אין נישט א חוב אין א וודאי נישט  יהרג ואל יעבר מענטשען זענען זיך טועה מיט spring clining אזוי וואו חנוכה מתנות מיט קראצמיך מתנות
 איך האף אז דעס וועט מען יא פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2006 05:36 לינק ישיר 

קנאי;
גוט געזאגט (במקום גרינע מענטשעלע).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/2/2006 07:57 לינק ישיר 

קרעמער; ביטע פרוביר שטארק צו פארשאפן אזא גרינע מענטשעלע. איך פייגער צו האבן אזוינס (איך בעט אפילו שיין...) דאכט זיך מיר אז איך קען זאגן אויף זיכער אז איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען אזוינס (עכ"פ נישט מיט דעם ניק...) נ.ב. איך וואלט שוין גענומען אליינס, נאר פייערפוקס לאזט נישט .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2006 12:47 לינק ישיר 

שנאפס;

וואס טוט מען נישט פאר אן אור-אייניקל

לאמיר פרובירן, איין מינוט, איך דרוק "לרשימה המלאה", עס מאכט זיך אויף א נייע פענסטערל אין די זייט, עס איז בלענק (אין ספאניש זאגט מען 'בלאנקא' אויף די קאליר ווייס, לכאורה איז דאס די זעלבע שורש..), איך שרייב און שרייב, און האף אז אין לויף פון די פאר מינוט וועלן זיך די מענטשעלעך אריינריקן אין דעם רשימה המלאה, אבער... עס קוקט נישט אויס ווי דאס איז זייער פלאן. אויפן בלעטל שטייט DONE, ער איז שוין פארטיג.. אבער די מענטשעלעך באווייזן זיך נישט.

אלזא - שנאפס טייערער - וועסטו מוזען זיין צופרידן מיט דעם, ס'איז אויך גרין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ווען דארף מען אנפאנגן פסח'דיג צו מאכן די הויז???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext