בית פורומים היימישע קרעטשמע

בוש האלט א דרשה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2006 17:39 לינק ישיר 
בוש האלט א דרשה

האט איר אים געהארכט? געזעהן?


ווען א קליינער טייל פון זיינע דמיונות און חלומות זאל ווערען מקוים, קומען זיסע צייטען אויף אונז מיט אונזערע קינדער.
אויב נאר א קליינער חלק פאנטאזיעס ארבייטען זיך אויס וועט אמעריקא ווערען פארוואנדעלט צו א לאנד וואס פליעסט מיט מילך און האניג ביז אייניגע יאר. און ווער דארף נאך עפארדעבעל חתונה פלענער?

איך וועל אייך אראפ מאהלען אין א נאטשעל זיין רעדע פון א קארגע שעה. פיהל מיט לופט, הויל פראפאגאנדע. א פארגעשריבענע רעדע געזאגט אן א ברעקעל כאריזמא.


מיט זיין זויערע שמייכעל האט ער געדרשנט פאר'ן סענאט און איבערגעקייעט אלטע לאוזונגען פאר זיינע צאן קדשים, אשטייגער דאס וויכטיקייט פון אומברענגען איבער צוויי טויזענט אמעריקאנער אין איראק (ועוד ידו נטוי')


כמנהג אבותיו ורבותיו, ווי עס איז דער שטייגער זינט בריאת אמעריקא טוען אזוי אלע פרעזידענטען ענדע דעם יאנואר. מ'נעמט צוזאם די סענאטארען און  מיניסטארען, קאבינאט געזעלשאפט, ריכטער אין שווארצע חאלאטען מיט אפאר אויסלענדישע געסט מיט טורבאנען אויף'ן קאפ, מיליטער אפיצירען מיט גאלדענע קנעפ. וואס קומען ביישטייערען צום סוקסעס פון היינט נאכטיגע פראפאגאנדע שיסעל.
מיר קוקט דאס אויס צו די יערליכע נייע הקפה ניגון ביי חסידישע הויפען, יעדעס יאר גיט מען א קליינער דריי און עס איז א נייער ניגון. די וועלט רופט דאס "די זעלבע כלה מיט א אנדער שלייער"
זינט איך האלט מיט די רעדעס האט נאך יעדער פרעזידענט צוגעזאגט די זעלבע גאלדענע גליקען.

דער טראדיציע באפעלט אויסרופען בקול רם "יעמוד דער פרעזידענט ירום הודו" און אלע שטעלען זיך אויף.
ער קומט אריין און באגלייטונג פון הויז פירער ווען קאמערעס לויפען נאך פון אלע זייטען.
רייכט די האנט מיט באקאנטע, שמייכעלט אומוועלעדיג צו זיינע פארעטער. ביז'ן אנקום צום פלאטפארמע.


אינטער אים זיצט דער וויצע פרעזידענט און דער פעשליכער ספיקער-אוו די האוז, דער פרעזידענט גיט זיי ביידע א קאפיע פון זייו דרשה אין א שווארצערבאנד
ווען דאס געקלאטשעריי שטילט זיך אפ, גיט דער ספיקער א קלאפ מיט'ן האמערעל, א צייכען אז ער גיט רשות הדיבור.

זיין רעדע און קורצען

ער פראקלאמירט!
ביים יאר 2025 דארפען מיר נישט סאדא-ראביע פאר אויל
(אלע קלאטשען מיט די הענט)
מיר וועלען דרייווען נאר אמעריקאנע קאר'ס
כמעט נישט קיין טעקס'עס
(געטרינקען א גלאז וואסער)
סאשעל סעקיורעטי איז פעלזען פעסט פאר מיר מיט בילל קלינטאן
(היללערי קייעט הויעך גאם און לאכט ווי א זיבעלע)
ביליג העלט אינשארענס, בלי נדר, בקרוב ממש
(סטענדיג אויוועשען)
נישט דא מער קיין עיטש-איי-ווי אדער עידס אין די וועלט
(טרינקט נאך א גלאז וואסער)
טעראריזעם שרינקט איין
(נישט דא ווער עס זאל לאכען)
רייסט ארינטער איראן, נארט קאריע, סיריע און זשאמבאמבע, און אלע אנדערע קרובים פון בין לאדען און זאקאראווי.
(קאנדאליזע רייס לאכט צו אים)
ער זאגט צו, פטור צו ווערען פון אלע וואס ווילען פארוואלטען איבער "נאקילער" וועפען
אלע קינדער און שולע גייען קענען גיט רעכנען און זיין קליג 
(קרומט מיט די נאז און מאכט פאקסען ווי איינער וואס גלייבט אליין נישט וואס ער זאגט)
פראגראמען פאר ארימע איז געצליך איבעריג, איז אויפ'ן וועג אראף
קריים, אבארשען, דראגס וכל צרוע איז אויפ'ן וועג אראפ
דער עקאנאמיע איז אויפ'ן וועג ארויף 
(זיין פרוי און די פאדערשטע רייע שמייכעלט איצט)
דער קארט סיסטעם איז א מחי', קען נישט זיין בעסער
(יעדער קוקט אויף ר' שמואל אליטא מיט'ן האלבען הוילען קאפ האר)
נוא ארליענס איז אט אט פארטיג איבערבויען
(אלע שווארצע סענעטארען פאטשען ווען דער שמייכעל רינט איבער פון צווישען די ווייסע ציין)
אויב רעדט ער פון עפעס וואס געוויסע האבען נישט ליעב, שרייען די ערוואקסענע "באאאא" (ווי אונז קינדער אין חדר פלעגען טאן צום באס דרייווער)
פאקטיש, איז דער עקאנאמיע געזונט ווי א בער מיט אריבער פיר און א האלב מיליאן נייע דזשאבס און די לעצטע צוויי א האלב יאר
אה שיעור נישט פארגעסען, עס איז גארנישט אזוי ראוזי אויף דער וועלט מיר האבען אלע פארלוירען היינט א פריינט. רעבעצין קינג.
(אלע שטעלען זיך אויף און פאטשען לעילו נשמת)

(נישט דא מער וואסער אין גלעזעל? )


ג-ד בלעסס אמעריקא



גייט אראפ געשווינד פון פאדיאם, רייכט די האנט מיט פריינד און פיינט צוגלייך, אויטאבאגראפיעט אלע ידידים, האלזט זיך מיט די עזרת נשים און ווערט פארשווינדען פון אינטער דער קיפערנער טיהר.


אבי מיין באבע זאגט שטענדיג אז דאס לעבען אין אמעריקא איז שווער. העט זי געזעהן זיין רעדע היינט נאכט וואלט זי געוואלט צוריק ווערען א בת כ און אויפשטיין צום קוויקעריי פון האן.


איידער איך פארגעס, ער וויל ווייטער אנהאלטען דאס אינטערהערען געשפרעכען
(ווילאנג ער קומט נישט ביי אונז אין מקוה, גייט מיר גאנץ קנאפע אן) 


 


 


 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2006 18:41 לינק ישיר 

טענק יו - מר. נאטורליך - עס אלוועיס יו דיד עי וואנדערפול דזשאב ריפארטינג פאר ק.נ.א. פראם די פלאור אוו די קאנגרעס..

אין אידיש: נאטורליך! האסט מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט "קורץ און שארף" די האקוס-פאקוס באלאני-מאקאראני וואס ליגט אונטער א סטעיט אוו די יוניאן דרשה.

ג-ט צום דאנקן האב איך שוין היינט מער שכל ווי אמאל ווען איך פלעג פייגערן מיטצוהאלטן די רעדע, כ'געדענק נאך ווען כ'פלעג אפשטעלן קארן צו כאפן היטשעס פון לעיקוואד ביז קאנארסי אבי צו קענען מיטהאלטן אט דעם געשטויגענעם-געפלויגענעם רעדע.

נעכטן נאכט האב איך אויסגעקליבן צו גיין לערנען מיט מיין חברותא.

קומט זיך דיר טאקע א גרויסן יישר כח פאר די "ראן-דאון" פון די דרשה, האסט אבער פארגעסן עטליכע נקודות:

1. מען האט ארעסטירט סינדי שיהען פארן קומען מיט א פראטעסטיגע ט'-העמד.

2. א פרוי פון א פלארידע קאנגרעסמאן האט מען ארויסגעשיקט פארן האבן א העמדל וואס שטיצט די טרופן.

3. איינער פון די געסט פון רעבעצין בוש איז געווען א שמעק הינטל מיטן נאמען "רעקס" (נישט אויסמישן מיט רעקס ווענדיקעמפ..) וואס האט זיך נארוואס אומגעקערט פון איראק, און האט אפילו א ביל אין קאנגרעס אויף זיין נאמען משום מעשה שהי'.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2006 19:00 לינק ישיר 

שכויעך, כאב זיך טאקע געווינדערט אויפ'ן הינטעל וואס איז געליגען אזוי שטיל ביים עק באנק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2006 20:26 לינק ישיר 

טשעק איט אועט

 

תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 01/02/2006 20:26:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 20:30 לינק ישיר 

ווידיא

http://www.whitehouse.gov/news/releases/2006/01/20060131-10.v.smil



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 21:57 לינק ישיר 

נאטורליך;

איך רעד פון אן אנדערע... די פון די עק באנק איז געווען הילערי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/2/2006 04:23 לינק ישיר 

יא מרס. סינדי שיהאן האט א טענה: די הונט יא און איך נישט?


די פרעזידענט'ס דרשות זענען להבדיל אזויוי די רבנים'ס. זיי זאגן וואס זייערע גבאים גרייטן אהן פאר זיי צו זאגן. די חילוק איז נאר אז די פרעזידענטס גבאים זענען געטרייער, זיי געבן אים ווארט ביי ווארט נישט נאר ראשי פרקים; און די חסידים מער פארשטענדליך, זיי קענען באשטיין דארך צו זיצען די נערישע אויסגעבלאזענע רייד וואס געדינגענע רעדנער-שרייבער גרייטן פאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 05:34 לינק ישיר 

אויף "קול מבשר" [212.990.7400 דאן דרוק 1, דאן 2. אויב האסטו נישט קיין געדולד צו די חרדי'שע נייעס און/אדער די אדווערטייזמענט, דרוק #6] האב איך היינט נאכט געהערט אז די פאליציי האט זיך שוין אנטשולדיגט פאר סינדי שיהען'ן (זיי זאגען פארשטייט זיך נישט די נאמען.. קול מבשר איז דאך פארט א חרדי'שע ארגעניזאציע.. איר וועט באמערקן אז יעדע מעשה דארט פאסירט מיט א מאן, פרויען קענען נישט שיסן, רויבן, הרג'נען, רצח'נען, בא'גנב'נען, גארנישט.. אלעס ווערן די מענער באשולדיגט, איר האלט אז דאס איז יושר? אפשר וואלט איך געברויכט עפענען א באזונדערן אשכול דערוועגן, אדרבה, אויב דער עולם וועט זיך אנרופן דערצו, ווען מען דאס אריבערפירן אין א נייעם געהענגל).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/2/2006 05:40 לינק ישיר 

איהרע לויער'ס רעדען שוין פון א קלאגע אקעגען די גאווערמענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2006 18:52 לינק ישיר 

עפעס האט שאן הענעטי געדארשנט נעכטן, אז פאר עטליכע יארא צוריק האט מען ארויסגעווארפן א קאנגרעסמאנ'ס ווייב פאר די זעלבע עבירה.
גיי ווייס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 19:02 לינק ישיר 

יאנאש;

די קאנגרעסמאן'ס פרוי האט מען "דעם" דינסטאג נאכט ארויסגעווארפן, נישט אפאר יאר צוריק. זי האט אנגעהאט א העמדל מיט "סופארט די טרופס" אויסדרוקן.

די מעשה פון אפאר יאר צוריק איז געווען ווען בשעת קלינטאן'ס אימפיטשמענט פראצעדור איז איינער געזיצן אויפן גאלאריע אין קאנגרעס מיט א העמדל וואס האט שטארק אפגע'חוזק'ט פון קלינטאן.

מיש נישט אויס קיין יוצרות, ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/2/2006 21:06 לינק ישיר 

נא וואס ווייסט דער אלטער יאנאש.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 21:18 לינק ישיר 

גארנישט אזוי אלט, פשוט אימוויסנד, אן אמארעץ.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > בוש האלט א דרשה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext