איך לייג דא ארויף א טעלעגראם וואס איך האב נארוואס ערהאלטן פונעם חשוב'ן ראש הקהל, מיט זיין רשות
מיט קורצע ווערטער אבער לאנגע אינהאלט, מיט ווייניג שרות אבער אסאך רעגעניש, מיט א שטילע געטייפעכץ אויפן קאמפיוטער אבער הילכיג שרייענדע מחאה, קום איך דא מוחה זיין נמרצה אויף די הימל-און-ערד שרייענדע עווה וואס ווערט אפגעטון קעגן מיר בו בעת וואס איך שרייב די דאזיגע שירות.
צו מאכן לאנגע זאכן קורץ, (און ווי אויך נישט צו ווערן געפייערט פון מיין דזשאב צוליב'ן פעניעווען אויפן קאמפיוטער), עס דרייט זיך ארום איינע פון מיינע ארטיקלען וואס איך האב געשריבן עקסקלוסיוו פאר די קרעטשמע אויפן בליץ-טעלעגראם (אי-מייל בלע"ז).
<>>
חוצפה גוררת חוצפה, גיבט מען נישט אפ קיין שום קרעדיט נישט פאר מיר און נישט פאר די קרעטשמע, ועל דא אני מוחה נמרצה!!!!
איך ערקלער דא איינמאל פאר אלעמאל: עס איז נישט ערלויבט צו גנב'ען אדער ארומשיקן קיין שום פון מיינע סחורה אן מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו!!
עס איז צום האפן אז איר וועט זיך פאר מיר אננעמען, און די פרעכע חוצפה וועט אפגעשטעלט ווערן.