| נשלח ב-6/2/2006 02:56 |
|
| |
רבותי!!! ווען (און ווי) דאווענט איר ??????
צום פארלאנג פון מיסטער גראף עפען איך דעם אשכול.
אמאל פלעג איך דאווענען שחרית אין ביהמ"ד מיט מנין צופרי פאר די ארבעט, און דאס איז געווען בתמימות, א חוק ולא יעבור. מיט די צייט האט זיך די ייצר הרע גובר געווען איך זאל אפכיפערען די דאווענען אין א זייט, אז פונעם אריינגיין ביזן ארויסגיין פון ביהמ"ד האט געדויערט גאנצע 10 מינוט אריינגערעכנט די קאווע מיט די נייעס-שמועס.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 02:59 |
|
| |
מיין חבר האט מיר געזאגט אז ער שטייט שוין אויף א געדאווענטער.
(כ'האב פארשטייט זיך, נישט מקבל געוועהן לשון הרע)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 17:47 |
|
| |
שנאפס: איך בין מוחה בכל תוקף ועוז אויף די אזוי געריפענע ווערטעל אויפן חשבון פין תפילה די גמרא זאגט פארוואס האט דער באשעפער געמאכט אז עס מען זאל יעדען טאג עקסטער דארפן צינעזאם קלויבען אין עס זאל זיין געניג פאר א גאנץ יאר ענטפערט די גמרא עס איז א משל צי א מלך וואס האט זייער ליב געהאט זיין קינד האט ער אים געגעבען געלט ער זאל האבען געניג פאר א לאנגע צייט און דער קינד איז עס געגאנגן אויסניצען אין ער האט זיך נישט באוויזען פאר די אויגען פאר א לאנגע צייט ביז די גאנצע געלט האט זיך אויסגעניצט ווען ער איז געקימען אפנעמען נאך געלט האט אים דער טאטע געזאגט איך גיב דיר געלט ווייל איך האב דיך ליב ממילא וועל איך דיר געבען פין היינט און ווייטער געלט פאר איין טאג אויף א מאָל וועל איך דיך זעהן א יעדען טאג עקסטער
וויאזוי די דאווענסט גייט מיך נישט אן אבער אריינברענגען א קאלטקייט צום דאווענען פיל איך פאר א פליכט מוחה צו זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 18:36 |
|
| |
CANO I AM WITH YOU
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 18:49 |
|
| |
קנאי;
יעצט איינמאל פארווירקליכסטו דעם ניק וואס איך האב דיר געגעבן "קנאי"!
אבער דו ביסט מיליאן פראצענט גערעכט, ווען נישט תפילה וואו וואלטן מיר היינט געווען? כ'ציטער אז איך וואלט אויסגעקוקט ווי שנאפס'עס חבר..
תוקן על ידי - קרעמער - 06/02/2006 18:48:18
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 22:06 |
|
| |
שנאפסעלע, מילא דו ביסט דאך פטור פון תפלה, ניין? אפשר נישט אזוי האט מען אונז געלערנט אין חדר "שיכור פטור מן התפלה".. אבער דיין חבר? וואספארא היתר האט ער אויפצושטיין געדאווענט?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 22:53 |
|
| |
גראפ'לעשקע, ווי קומט עס צו דיר צו מקבל זיין לשון הרע.
באמת האב איך נאר איין חבר; מיסטער קרעמער.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 23:05 |
|
| |
העט ווען זיין חבר געשריבן אין הייד פארק, וואלט אויך זיין חבר אויפגעשטאנען א געדאווענטער
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2006 23:29 |
|
| |
דו מיינסט נעבדאי צרות קטועות. נישט געשניטענע...
האועווער, שניפסל האט טאקע נישט נאך א חבר, אבער אין ריאל לייף האב יא (נו, פרעג שוין צוריק
אז לפי זה איז שנאפ'ס אויך נישט דיין חבר? תיובתא.)
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 02:53 |
|
| |
שנאפסי: אז די האסט טאקע קיין איין חבר נישט מער קען איך זיין דיין חבר... מהיום והלאה, דאס הייסט אז די אויבנדערמאנטע חבר האט נאך נישט געמיינט מיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 07:21 |
|
| |
א גיטן אווענט ליבע פריינט פון יענעם עק. אריין קומענדיג אין קרעטשמע נאכען זיין פארטוען רוב טאג בענינים העומדים ברומו של עולם. דא אין מיאמי ווי אלע רבנים, דיינים, שיינע אידען און סתם שיפע טאשען פארברענגען די טעג ביים בלויע וואסער. א נארמאלער ערשיינונג צו זעהן ביים בארד-וואק א כאפטקע מוידען פון קיובא באטראכטען א בנשק'ל מיט צוויי הינט-ער גבאים אין קאליערטע געבליבטע קאפטען מיט א גילדענעם שטעקען. פארשטייט זיך מען שמועסט נאר שיחות ת"ח. דער קרעטשמע אליין איז פוסט און פאסט, חיים חיקל מיט קרעטשמער, דער גראף מיט'ן שנאפס, דער דיין מיט'ן יענטאש אלע זענען צוגאנען, דער שמש האט שוין פארלאשען דעם נאפט לאמפ, קוים וואס מען זעהט ווי איך זיץ. ווען נישט די גרויע לבנה וואס ווארפט אריין א שיין מיט א באזינדערע פרייד, א קלייניקייט? נישט מער און נישט ווייניגער ער איז געווארען מקודש און מחודש דורך חברי בית מדרשינו מיט א אומגעהויערע שמחה. דורך די שפאלטענעס פון בוידעם גנב'ט זיך אריין ליכטיקייט פונקט גענוג איך זאל זעהן אז דער טאג אין קרעטשמע איז אדורך רואיג און געלאסען אן א קריגעריי. די לומדים האבען דורך געטון הלכות קידוש החודש, חיים חיקל איז צוריק אין דארף נאך א לענגערע פארקילונג ערגעץ אין די מרחקים, עפעס א קאץ יאגט נאך א מויז און דער קאווע קעסעל זידט מיט'ן באקאנטען דשזימעדיגער ניגון.
איך טראכט, איך קלער. דער היינטיגער מאנטאג בשלח איז מיר ארויס געפלויגען פון אינטער די האנט אן אינטערעסע פון צוריק-קער.
זאל איך ווארטען אויף א מנין מעריב?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 17:39 |
|
| |
פאשטייט דער דאיען נישט פון וואסארא דאווענען מען רעדט? צווישן די תגובות קוקט אויס אז דער אוילעם דאווענט נאר שאכריס, כ'שטיי דאך ביין אמיד, זעה יעך דאך נישט וואס טוט זיך אונטן, סאו מיין איך אז דער אוילעם גוילעם איז געהעריג ביין דאווענען, איצט בין איך אינגאנצן פארמישט, יאך ווייס שוין גארנישט וואס דא גייט פאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 19:14 |
|
| |
שנאפס; איך וויל דיך נאר פרעגן א קלייניגקייט, די זעלבע קשיא וואס דו האסט געפרעגט אין א אנדערען אשקול.
פארוואס האט נישט דיין חבר אליין געשריבן אז זיין חבר האט איהם געזאגט אז ער שטייט אויף געדאווענטערהייט. וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 22:30 |
|
| |
ס'קאן טאקע זיין אז זיין חבר האט עס גאר געשריבן, איי, נו הייבטס אן, ס'קען דאך נישט זיין, נו
א קשיא אויף א מעשה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2006 22:40 |
|
| |
פאר די זעלבע סיבה פארוואס דארט האט עס מיין חבר געשריבן און נישט איך; ער האט מורא געהאט פון
די רעאקציע...
|
|
|
|
|