בית פורומים היימישע קרעטשמע

איז דער עושר מער ווי מיר?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/2/2006 21:50 לינק ישיר 
איז דער עושר מער ווי מיר?

דאס האב איך געשריבן אין חדשות אנש. לאמיר זען ווי די חכמי הקרעטשמע וועלן דאס אפלערנען

א פאר וואכן צוריקהאב איך געזען אין די צייטונגען אז מרימט אויס ר' מ.ג. נ"י. פאר מנדב זיין א הצלה טראק.

איך פארגין אים די כבוד אינגאנצן, ער איז עס ווערד. איך האב נאר אריינגעטראכט אז איך בין א פשוטער ארבעטער וואס מיטשעט זיך ביטער שווער אויף צו צאלן מיין רענט, און איך קען נאר חלומ'ן פון קויפן א אייגענע דירה, און ווער רעדט נאך פון געבן גרויסע נדבות פאר אנדערע.

און דא איז דא איד וואס פון הימל האט מען אים געשאנקען געלד ווי וואסער, און לעבט אין גרויס רייכטום און האט זיך ערלויבט צו געבן פאר די הצלה א נייע טראק.

איך מיין נישט דא אוועקצומאכן זיין גוט הארץ. וואס איך מיין יא צו פרעגן אז למעשה וואלט איך אויך פונקט אזוי געוואלט העלפן ראטעווען אידישע קינדער, אבער פון הימל האט מען מיר נישט באשאנקן מיט אזעלכע גרויסע בענק אקאונטס און וועגן דעם קען איך זיך נישט ערלויבן אזא לוקסוס.

וויל איך וויסן אויב וועל איך קענען האבן א גוטע טענה דארט אויבן אז ווען איך האב ווען געלד וואלט איך געגעבן אין גרויסן און איבעראל וואלט מען גערעדט פון מיר אז ס'וואלט געגאנגען א רויעך. דא אויף דער וועלט וואלט מען מיר באשריבן אין אלע צייטונגען און יעדער וואלט גערעדט פון מיר מיט רעספעקט, איבעראל וואלט מען זיך געריקט פאר מיר. רבנים וואלטן צו מיר גערעדט מיט א יראת הכבוד, און צו דעם אלעם ווען איך לייג זיך ארונטער און מאך צו מיינע אויגן צום לעצטן מאל, נעמט מען מיר אויף דארט אויבן מיטן זעלבן שמייכל ווי דא.

יעצט איז אלעס להיפך, איך האב קוים צייט צו לערנען, איך מוז זיך יאגן צום טרעין גאר פרי, קוים אראפגעדרייט רבינו תם'ס, בייס אריין אין סענדוויטש אויפן טרעין, און די נאך ברכה מאך איך אין ארבעט, ווען מען קומט צו מיין טיר האב איך קוים א גראשן צו געבן, ווער רעדט נאך פון קויפן אמבולאנסן, און ווען ענדליך קומט דער צייט וועט מען מיר קוים אנקוקן דארט..

איז טאקע אזוי דער חשבון?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 22:25 לינק ישיר 

יאגעלע, לענ"ד.
רחמנא ליבא בעי, מען זאגט בשם רבי ר' זושא "מען וועט נישט שמייסען אין הימעל פאר'ן נישט אויסוואקסען מיילעך וגו'
אז די ווארפסט אריין א דאללער אין רמבעה"נ, אדער דיין צאהלען צייטליך שכ"ל ווען עס קומט אן שווער איז אזוי חשוב ביים פון אויבען ווי דער עושר וואס גיט א טראק פאר הצלה אדער פאקלען צום רבי'ן באגלייטען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2006 23:55 לינק ישיר 

מיין מיינונג איז אז עפ''י הלכה ברויך מען געבען צדקה א צענטיל והמבזבז אל יבזבז יותר מחמישית טאמער האלטסטי איין די הלכה וועט לענ''ד עס ווערן אנגענימען אין הימל פינקט אזוי חשוב וואו דעם עושר'ס צענטיל



אגב עס איז דא א היתר פינעם בעלזער רב איך מיין ר' יושיעלע זצ''ל צי געבן מער ער זאגט אז המבזבז אל יבזבז יותר גייט נאר ארויף אויף איינער וואס האט נישט קיין שום עבירה

אבער טאמער באדערט דיך מער דעם חלק אז מגעבט אייך נישט אפ דעם כבוד וואס אנדערע באקימען מיין איך אז די זאלסט אנפאנגען דא posten דיינע נתינות און מיר וועלן אלע קלאטשען



תוקן על ידי - cano - 15/02/2006 0:02:05



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 00:16 לינק ישיר 

cano
איך האב שוין אמאל געהערט פון דעם היתר, איך בין נאר נייגעריג צו איז שוין אמאל איינער געגאנגען פרעגען דעם דיין ער זאל אים מתיר זיין צו געבען מער פון א צענטעל.
אפשר קען התאחדות אונז ענטפערען.

אויך, קען מיר איינער זאגען אויב שכר לימוד אדער סקול קען ווערען גערעכענט צו מעשר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 00:29 לינק ישיר 

לענ"ד אויב דו פירסט דיך לויט דיין מצב הפרנסה און די גיבסט צדקה לויט דעם, איז עס טאקע אויך אזוי חשוב אין הימל, איך קען נישט זאגן צו פונקטליך די זעלבע צי א טראפ מער אדער א טראפ ווייניגער ווייל עס ווענדט זיך נישט אין מעהר, אבער דאס איז זיכער שמייסן וועט מען נישט אז מען האט נישט געגעבן דאס וואס מען האט נישט,

נאר איך דאס צו דו וועסט קענען האבן א טענה אז אויב דו וואלסט געהאט א גרויסע עשירות וואלסטו אויך געגעבן אזויפיהל וויפיהל יענער גיט, דאס איז מיין איך נישט קיין טענה ווייל עס איז באקאנט פון אסאך ספרים הקדושים אז די נסיון העושר איז גרעסער ווי די נסיון העוני, און נישט יענער קען דאס ביישטיין אז מען זאל נישט צוקומען צו וישמן ישורון ויבעט, און אז מען זאל נאך אלץ האבן א ברייט הארץ צו טיילען און טיילען, און בפרט ביי דעם נדבן פון וועם דו רעדסט וואס איך קען איהם גראדע און איך האב שוין אסאך געהערט פון עטליכע גרויסע גבאי צדקה וואס שאפן גרויסע געלטער אז עס זענען דא ווייניג אידן וואס טיילן מיט אזא ברייטע האנט (איך רעד אפילו פון אזעלכע וואס קענען זיך פארמעסטן אין גרויסן מיט זיין בערזעל), איך זיך איהם נישט יעצט סתם צו אויסריהמען אבער ער איז באמת א חידוש פון א בעל צדקה, און איך מיך אפילו געוואונדערט ווען איך געזעהן די אלע גרויסע עדס אין די צייטונגען פון זיין נייע אמבולאנס וואס איך ווייס אז געווענליך איז ער בכלל נישט אינטערעסירט (איך רעד יעצט אמת'דיג) אין קיין פרסום און האב געהערט די זעלבע זיך וואונדערן אסאך פון די וואס פיקן כסדר אויף פון איהם גרויסע געלטער, ממילא ווייס איך נישט אויב יעדער קען זאגן אז אויב איך וואלט געהאט אזויפיהל ווי יענער וואלט איך אויך געגעבן אזוי סאך, קען זיין אז דו האסט אויך אזא גוט הארץ און דו וואלסט יא געגעבן אבער ווילאנג דו ביזט נאכנישט אויף דעם מצב גלייב איך נישט אז מען דאס נוצען פאר טענה.

עכ"פ בקיצור וואס איך מיין צו זאגן איז אז דיין שכר וואס קומט זיך וועט נישט זיין קיין האר ווייניגער ווייל דו האסט נישט געהאט קין גרויס עשירות אפילו אן די טענה אז ווען דו וואלסט געהאט מער וואלסטו געגעבן מער, און די טענה אליין ווייס איך נישט אויב מען קען עס אנרופן א טענה אזוי ווי דערמאנט אז נסיון העושר גדול מנסיון העוני, און דער אייבערשטער שטעלט יעדן צו זיין מצב וואס ער האט זיין תפקיד בעולמו צו ערפילן און דאס דארף ער דורכפירן און אויב ער פירט דאס דורך וועט ער באקומען שכר.

און אז מען רעדט שוין פון שכר וועל איך דא שרייבן א שיינע טייטש וואס איך האב אמאהל געזעהן אויף די משנה פון שכר מצוה מצוה, אז דאס מיינט אז דאס וואס א איד איז גורם אז דער אייבערשטער זאל איהם קענען געבן שכר דאס אליין איז מצוה ווייל דער אייבערשטער איז דאך רוצה להטיב עם בריותיו און אז דער טוט א מצוה גיט ער דאך א געלעגענהייט פארן איבערשטען צו געבן שכר קומט אויס אז ער גורם געווען א עקסטערע הנאה (חוץ די קיום המצוה) פארן אייבערשטען אז ער קען גיבן שכר, און דאס אליין איז נאך א מצוה און אויף דעם וועט ער אויך באקומען שכר, דאס איז טייטש שכר מצוה מצוה דאס וואס מען באקומט שכר אויף א מצוה דאס אליין איז א מצוה, ודפח"ח




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/2/2006 00:55 לינק ישיר 

יאגעלע;

איך האף אז דו ביסט שוין געהאלפן געווארן פון דיין קלעם דורך די תגובות פון דאהי און פון חדשות אנ"ש, איך וויל נאר איין זאך מוסיף זיין, און איך וויל מקדים זיין אז איך בין נישט קיין טשעפניאק.. איך קען קוים צוקוקען ווי מען הרג'ט א פליג, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון דיר זאגען די פאלגענדע ווערטער:
מען זוכט איינער זאל באנייען די נייע אמבולאנס ואתך הסליחה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/2/2006 06:06 לינק ישיר 

איך מוז זיך אביסל אננעמען פארן עושר, אזוי ווי מ'מאכט אים אוועק אלס נסיון העושר און וישמן ישורון וכו'.

אין אמתן איז דאס א גוטע נושא, היות ווי מען קען זען אז אלע מיטעלע פארדינער און ארעמעלייט ווילן צו דעם צוקומען. נישט דווקא צו קענען טיילן צדקה וכדו'.

עס שטעלט זיך לעולם א פראגע,

אויב א מענטש טאר נישט זוכן קיינע נסיונות, פארוואס איז מען מתפלל פאר "חיים של עושר (וכבוד)"?, עשירות איז דאך זייער א גרויסער נסיון?

דער נסיון איז א געוואלדיגער, ווען מען נעמט אין באטראכט אז איין עושר האט נישט אזויפיל צייט צו לערנען, וואס כולו עלמא מודה אז ות"ת כנגד כולם, מער ווי טיילן צדקה און אויסהאלטן אלע מוסדות פון דער וועלט. אזוי כהנה וכהנה איז געלט אסאך מאל מער צוריקהאלט פון דינען דעם באשעפער ווי עס זאל העלפן.

אויב אזוי, קען זיין אז מען זאל אויך אויף לעבן נישט מעגן מתפלל זיין, ווייל דער עצם לעבן איז דער גרעסטער נסיון. אבער כאטש ס'איז פיל מיט נסיונות, און מיר ווייסן דאס, וויל מען עס.

מיר בעטן דאס, ווייל מיר האבן האפענונג, אז מען וועט ביישטיין דעם נסיון.

א ליסטע פון עשירים וואס זענען בייגעשטאנען דעם נסיון...

ר' עקיבא

רבן גמליאל

ר' אלעזר בן עזרי'

ר' אלעזר בן חרסום

זעט אויס אז מען קען האבן געלט און עשירות און דאך בלייבן ביים לערנען...





















הלוואי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 16:11 לינק ישיר 

דיפלאמאט:
ערשטענס
 ות''ת כנגד כלם שטייט ביי אלו דברים שאדם עושה אוכל פרותיהם בעוה''ז והקרן קיימת און נישט ביים סדר פין העלפן אידען אויב דער שאלה איז וועלעכע איז פריער צדקה אדער ת''ת איז אזוי פארוואס זאגט מען נישט לשם יחוד פאר מען גיבט צדקה זאגט דער בעלזער רב ר' ישכר דוב (מיין איך) ווייל איך האב מורה אז דער עני העומד על הפתח וועט אינדערצווישען אויסגיין פאר הינגער
אין שו''ע ווערט געפסקן'ט אויף כמה מקומות אין לך דבר העומד בפני פקיח נפש קימט דאך אוודאי אויס אז צדקה איז מבטל ת''ת
צוייטענס
דיין ראיה אז מקען ביישטיין די נסיון איז נישט די ריכטיגע ווייל טאמער קענסטי נאר טרעפען 4 מענטשען וואס זענען בייגעשטאנען זייט בריאת העולם ..... תוקן על ידי - cano - 15/02/2006 16:20:36



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 19:17 לינק ישיר 

נאטרליך:
ביי מעשר איז דא דריי כללים, וועלכע זאך עס האט נישט איינס פין די דריי, איז פטור פון מעשר. די ערשטע איז, כל שהוא גדילי קרקע. און לויט וואו מיין טאטע פלעגט זאגען "געלט וואקסט נישט אויף א בוים" דארף מען נישט געבען קיין מעשר אויף געלט.
אבער מען איז נאך אלץ מחיוב צי געבען צדקה א צענטיל, ממילא אויב רעדסטי פין צדקה געלט קענסטי געבן איבעראל וואו עס איז נאר א צדקה צוועק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 19:26 לינק ישיר 

אנטשולדיגט מיסטער דיפלאמאט, אבער איך פארשטיי נישט פאר וועלכען עושר דו נעמסט דיך דא אן, איך האב קיינעם נישט אראפגעריסען אלס וישמן ישורון צו זאגן אז אן עושר איז א בעל עבירה, איך האב נאר ארויסגעברענגט אז דער נסיון העושר איז א גרויסער אויף וואס קיינער איז נישט מחולק, און אוודאי איינער וואס ווערט נישט פארבלענדעט פון דעם איז אשרי לו ואשרי חלקו אז ער האט די זכייה צו קענען זיין דער שליח מצוה און משפיע זיין פאר אנדערע, אזוי ווי איך האב אפילו מרבה געוען בשבחו פונעם אויבן דערמאנטן עושר וואס ביודעי ומכירי קאמינא, ממילא פארשטיי איך נישט פאר וועמען דו נעמסט דיך דא אהן אויב רעדסטו פון א עושר וואס איז טאקע מקיים וואס זיין פליכט איז דאן איז ער דאך טאקע בייגעשטאנען דעם נסיון, ווייטער אויב רעדסטו פון אן עושר וואס ווערט יא אביסל פארבלענדט פון זיין עשירות דאן וואס ברענגסטו א ראייה פון די הייליגע תנאים וואס האבן עומד געווען אויף זייער נסיון העשירות.

און אנטשולדיג מיך ווייל איך האב קיינעם נישט געמיינט צו אטאקירן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/2/2006 19:26 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין,
ווייסט איינער וואס איז די נסיון העושר ?

איך האב נישט קיין שום נסיון מער היינט צוטאגס ווי אמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 20:43 לינק ישיר 

קנאי;

במחילת כבודך, האסטו לעצנטס - ווייזט אויס - נישט אדורכגעטאן די הלכות פון מעשר כספים וואס זענען גאנץ פארוויקלט, און האבן גארנישט אזעלכע כללים ווי גידולי קרקע... מיש נישט אויס מעשר כספים מיט מעשר דגן תירוש ויצהר און מעשר בהמה.

איך האב שוין נעכטן אריינגעשיקט פאר 'נאטורליך' א גאנצע קאלעקציע פון תשובה ספרים וואס רעדן פון זיין שאלה, ס'שוין גארנישט קיין דבר פשוט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/2/2006 21:17 לינק ישיר 

קרעמער:
איך האב נאר דורעך געלערענט די שו''ע, אין איינער אויפן דף, איך געדענק נישט פינקטליך ווער, איז מגיה דעם אנדערען. אין זאגט "מעשר" כספים טראגט נאר דעם נאמען "מעשר" ווייל עס איז א צענטיל און נישט ווייל עס האט עפעס מיט די מצוה פין "מעשר" נאר עס איז שייך צי די מצוה פין "צדקה"
אין דאס איז געווען מיין פאונט


אויב ווילסטי שטארק קען איך טרייען עס אויצימעקן פין מיין שו''ע
הוספה: איך וויל קלאר מאכען איך רעד נישט פון מעשר וואס איז מקובל עפ''י סוד ליודעי רזי תורה

תוקן על ידי - cano - 15/02/2006 22:11:24



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2006 22:37 לינק ישיר 

אמת רבותי, איך האב נעכטען באקומען א תיבה אישית פון אונזער אלעמען באליבטען ר' קרעמער וואס זיינע ידועות בכל מכמני איז פשוט צום באווינדערען, תשוח"ל

והאמת אגיד, נישט לאנג צוריק בין איך געווען א שטיקעל שדכן ביי א באקאנטען, ער האט מיר געשריבען א קליין טשעקעל, האב איך תיכף געגעבען מעשר פאר א שכן א נצרך.
איך בין געווארען איבער געצייגט אין די ווערטער פון די תורה ובחנוני נא בזאת בדוק ומנוסה.

קוקט'ס דורך דעם לינק פאר מער אינפארמאציע.
http://www.tzafonet.org.il/rg/akko/noam-hertzog/midot/maasher.htm




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 18:53 לינק ישיר 

קנאי;

במחילת כבודך הייב איך נאך אלץ נישט אן צו פארשטיין וואס דו ווילסט, ווייל אויב מעשר כספים האט טאקע גארנישט מיט מעשר, פארוואס ברענגסטו דא אהער דעם כלל אז עס גייט נאר ביי גידולי קרקע? עס הייסט דאך נאר מעשר כספים ווייל עס איז א צענטל, נישט ווייל עס גייט אן דערביי די דיני מעשר דגן.

אגב, הונדערטער תשובה ספרים רעדן ארום וואס מען מעג טאן מיט מעשר געלט, און דו מאכסט עס אוועק כלאחר יד????????



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/2/2006 23:40 לינק ישיר 

הער מיך איין איך האב געזאגט אז עס איז נישט דא אזא זאך וואו מעשר ביי געלט עס איז צדקה אין מען ריפט עס אן מעשר כספים ווייל אזוי ווערט געברענגט און פתחי תשובה רמז סעיף ב ד''ה בנתינת מעשר "דאינו אלא צדקה"
איך האב געזאט אז וואו אימער עס איז אר א צדקה צוועק קען מען עס געבן
יעצט טאמער וויל ער וויסען וואו מען מעג געבן צדקה געלט שיק אים נאך א מאל די אלע תשובות אבער אויב איז זיין שאלה לגבי הילכות מעשר זאל ער גיין צי מקובלים
די האסט א פראבלעם מיט דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איז דער עושר מער ווי מיר?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext