איך ווייס נאכנישט מיט וואס דער נסיון העושר איז מער ווי פון דעם ארימאן, כאטש אין פלא יועץ האב איך יא אזוי געזען.
דא אין פארק זעט מען דאך קלאר אז דער עני אדער אפי' דורכשניטליכער פארדינער וואס ארבעט ביי א צווייטן, איז נישט נאר וואס ער איז אויסגעשטעלט צום נסיון פון פארברענגען צייט, נאר פילע פאלן דורך דעם נסיון, און זענען עובר אויף גניבה טאג טעגליך, אויסער אויב דער באלעבאס איז גרייט צו צאלן פאר די וויכטיגע ענינים וואס ווערן דא ערווענט.
פארוואס דער איז איין ארימאן און דער אן עושר, עיין באוה"ח בפרשתן עה"פ אם כסף תלוה את עמי.
פון ר' שלמה קלוגער איז דא א צוואה ווי ער שרייבט אז ער וויל נישט ליגן נעבן איין עושר אפי' איינער וואס איז מוחזק בכשרות. פארוואס, ווייס איך נישט. (אז איך וועל טרעפן דעם לשון וועל איך אים נאכברענגן בלי"נ).
|
|