|
|
| נשלח ב-21/2/2006 01:14 |
|
| |
סאכדעס;
זאג דעם דיין אז ער האט מזל ווי א גוי אז מיינע גוגעל שמועסן זענען OFF THE RECORD (צוליב פארשטענדליכע סיבות), ווייל אויב נישט וואלט איך אים יעצט דא מעתיק געווען א געשפרעך וואס איך האב מיט אים אפגעהאלטן היינט אינדערפרי (11 אזייגער פארטאגס אויפן דיין'ס זייגער), וואו דער דיין האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון דעם נייעס אז "תרומה תצוה" גייען נישט אינאיינעם...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2006 17:28 |
|
| |
יאך מיין כ'פארשטיי מיך נישט מיט דיר, בזיון תלמידי חכמים איז גארנישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2006 20:37 |
|
| |
הכל לפי המבייש והמתבייש. ומאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה. אבער אלץ לפנים משורת הדין, ומהיות טוב אל תקרי רע, בעט איך מחילה סליחה וכפרה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2006 20:56 |
|
| |
קרעמער;
אז די זאגסט אזוי סליחה מחילה כפרה, דערמאנסטו מיר אזוי א טייער ווארט פון א טייערער איד שכבר הלך לעולמו זאל ער זיין א גוטער בעטער.
פלעגט ער אזוי צו פארציילן;
געווען אמאל א איד אינדערהיים, ער איז אויפגעשטאנען ערב יום הקדוש אינדערפרי, גענומען און איין האנט די סליחות, און אינעם אנדערן האנט א כפרה, און זיך ארויסגעלאזט צום שוחט.
האט פאסירט אז ער האט נישט געקוקט ווי ער גייט, האט ער ארויפגעטראטן אויף עפעס גליטשיק, זיך אויסגעגליטשט אז אלעס איז אים געפלויגן.
(איך האף אז עס איז נישט אנטקעגן די תקנות)
האט ער זיך אנגערופן צום בורא עולם;
זה שאין לי סליחה מילא, וזה שאין לי כפרה החרשתי, אבל מה יהיה עכשיו שאין לי מחילה.
עד כאן המעשה. (דוי דארף מען לאכן)
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2006 23:59 |
|
| |
חשוב'ער דיין, איר זאגט אזוי רואיג וועלן מיר לערנען אין סימן רפב, וועלן מיר לערנען אין סימן קפט, לויט ווי עס קוקט אויס ווערן די שיעורים אזוי איינגעשרינקן און איינגעשרומפן אז איך גלייב אז ווען מען וועט האלטן ביי יענע סימנים וועט איר נאר שרייבן די קעפל: סימן רפ"ב ובו ו' סעיפים סארי איך בין ביזי, דער עולם זאל אליין לערנען.....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 00:21 |
|
| |
קרעמער, איך זעה אז דו פארשטייסט נישט. איך מיין אז איך פארשטיי דיין פראבלעם נאדיר לשון המחבר, אם קטן קורא בתורה בצבור, בסימן רפב. אם אין כהן אלא סומא או שאינו בקי, בסימן קלט. עכל"ק פון דעם מחבר, דרוקט דיר נאך אלץ עפעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 08:25 |
|
| |
יא צדיק, מיר דרוקט פארוואס די שיעורים ווערן אזוי קורץ און איינגעשרינקן אזש עס בלייבט נישט איבער קיין כדי אכילת פרס, אלעס מיטן צוזאג אז מארגן, אה מארגן וועט שוין זיין הו הא מי יודע סארא לאנגע טיפע שיעור.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 15:29 |
|
| |
אפשר איז כדי צי מאכן בולד די לשון המחבר, קען מען קראס פאסטן אויף חדש"א ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 23:29 |
|
| |
היינט ביים שיעור האט דער דייען אנגערופן יאנאש "שמש". יאנאש האט נישט געוואוסט אז אין אידיש רופט זיך א "בארטענדער" א "שמש".
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 00:28 |
|
| |
יאנאש טייערער, דער דאיען פרייד זיך צו הערן אז דו ביסט געווען ביין שיעור, (דער דאיען קוקט געווענדליך נישט ארויס פון די דלת אמות, ער קוקט גלייך אריין אין סקרין, ער האט נאך נישט קיין קארדלעס קיבאורד.) יא טייערער יאנאש דו האסט אפילו נישט געוואוסט דיין פאזיציע, פון איצט און ווייטער ביזטע געהעריג שמש. פארגעס נישט ערב יום הקדוש צו ברענגן די קעיק וכו'.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 00:47 |
|
| |
אוי וויי;
מקוה געלט איז אויך מיין פאסטן? א יא ברויך מען אנרופן לעפקאוויטש
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 18:17 |
|
| |
|
to all talmidei chachmim you might find this usefull
|

|
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 20:13 |
|
| |
וואס האט די לינק מיט אונזערע שיעורים?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2006 22:19 |
|
| |
דער דאיען האט מיר באויפטראגט אז איך זאל שנעל צו שרייבן א הערה צום שיעור פון פרייטאג משפטים, כדי שלא יצא דבר מתח"י שאינו מסוקן -עפעס אזא לשון האט ער מיר געזאגט- איבער די מועדים אין סעיף ג סימן קלז, איז דא א וויכטיגע זאך, דער דאיען האט געשריבן אויב האט מען געליינט חוהמ"ס נאר איין מוסף און נישט די צווייטע וואס מיר ליינען מחמת יו"ט שני של גלוית, דאס איז נאר בחול, וויבאלד פאר דעם שלישי האט מען שוין סייווי געליינט דעם מוסף, אבער בשבת אז מ'האט דאס נישט געליינט, און מ'האט נאך נישט צוריק געלייגט די ספר תורה, דאן זאל מען דאס ליינען אהן א ברכה. נאך א וויכטיגע הלכה, יום טוב אויב האט מען אויסגעלאזט און מ'האט נישט געליינט די גאנצע קריאה וואס מ'האט מתקן געווען, און דאס איז פסוקים וואס איז מחובת היום, אזוי ווי יום טוב ליינט מען דאך מענינו של יום, דאן זאל מען איבערליינען אהן א ברכה, וז"ב.
|
|
|
|
|