|
|
| נשלח ב-27/2/2006 23:50 |
|
| |
סאכדעס;
געב איבער פארן דיין א יישר כח אין מיין נאמען, איך ווייס אז די שיעורים קומען נישט צופיס, און ער לייגט אריין א גרויסע יגיעה אין דורכטאן די ווערטער פונעם מחבר און די פוסקים, בפרט אז ער איז אויך נאכגעקומען די פארלאנג פון איינעם פון די צוהערער "בולט" צו מאכן די דברי המחבר, עס קומט זיך אים די פולע קרעדיט פארן מזכה זיין דעם עולם מיט דברי תורה הלכה למעשה, ויהי חלקי עמו.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 00:24 |
|
| |
קרעמער דער דאיען זאגט אז סיז נאך נישט צו שפעט איר קענט נאך פארלערנען הלכות פורים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 01:16 |
|
| |
במחילת כבוד הדיין, פרשת פרה וועט היי יאר נישט אויסגעפאלן פון דעם שבת א וואך, נאר פון דעם שבת 2 וואכן, צוערשט קומט פרשת זכור, דאס וועט זיין אי"ה שבת פרשת תצוה, הערשט דאן קומט פרשת פרה. (אפשר אויב תרומה-תצוה גייען אינאיינעם - לשיטת הדיין - קומט דאס אויס די קומענדיגע וואך).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 16:42 |
|
| |
ניצחתני בני איך האב זיך צומישט מיט פרשת זכור, אזוי האט דער דאיען געזאגט הערנדיג אייער הארה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 06:44 |
|
| |
חשובער דיין ומשנהו בדומה לו סאכדעס (אגב; האסט געמאכט א גוטן דזשאב דעם שבת וד"ל).
איך וויל פרעגן אויב דאס וואס איך פיר זיך, און אזוי זעה איך אויך ביי אנדערע, אויפצוהייבן די ספר תורה ביים פארענדיגן די 2 ברכות, בשעת מען זאגט די ווערטער "נותן התורה" האט אויך א מקור, ווייל דער דיין האט ביים שיעור נאר געזאגט אז מען זאל אונטערהייבן ביי "אשר נתן לנו תורת אמת" אדער ביי "ונתן לנו את תורתו".
אויך לגבי קושן, מיר פירן זיך צו קושן דירעקט איידער מען מאכט די ברכה, סיי ביי די פאר ברכה און סיי ביי די נאך ברכה, אנדערש ווי דער דיין שליט"א האט געזאגט אז מען פירט זיך צו קושן נאך די ברכות.
ילמדנו רבינו איזהו דרך ישרה שיבור לו האדם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 06:49 |
|
| |
אור ליום ז' אדר, יומא דהילולא דמשה רעיא מהימנא, ואיתפשטיתיה דמשה בכל דרא ודרא, ובדור הזה בודאי יש בו ניצוץ בדיינו שליט"א ששונה הלכות בכל יום ומזכה את הרבים בלימוד התורה הלכה למעשה.
איך האב נאך אן הערה אויפן שיעור וואס איך לערן יעצט, דער חשוב'ער דיין שרייבט בתוך הדברים: סעיף ו, זאגט דער הייליגער מחבר, אומר ברכו והברכות בקול רם, מ'זאל זאגן ברכו מיט די ברכות הויך אויף דעם קול, והאומרים בלחש טועה, און די וואס זאגן דאס שטיל לעבן אין א טעות, דער משנ"ב שרייבט אן אינטערסאנט לשון, דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש, פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל?,
איך וואלט אביסל אנדערש געטייטשט די ווערטער פונעם משנה ברורה "דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש", נישט פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל, נאר "פאר וועמען זאגט ער ברכו = איר זאלט בענטשן ווען ער זאגט עס שטיל", איך מיין אז דאס שטימט אסאך בעסער און איז מער פארשטענדליך.
ווייל אנדערש האט דאך דאס נישט קיין פשט, די שטילע שמונה עשרה לדוגמא זאגט מען אויך שטיל, און דארט פרעגסטו נישט "פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל", ווייל דו גלייבסט באמונה שלימה אז השי"ת איז דער בוחן כליות ולב, און ער הערט אלעס!
דער משנה ברורה מיינט נאר צו פרעגן: ברכו מיינט דאך אז מען בעט דעם חשוב'ן ציבור זאל מיטבענטשן מיט אים, נו, אויב אזוי ברויך דאך דער עולם הערן וויאזוי ער פארלאנגט דאס פון זיי. ופשוט. וקל להבין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 02:43 |
|
| |
ביים שיעור פון פרייטאג תרומה האט דער חשוב'ער דיין געשריבן די פאלגענדע ווערטער, פארזעהנדיג א וויכטיגע ווארט וואס דרייט איבער די גאנצע דערהער: וזה לשון הדיין: כבר נפטר מלברך ברכת אשר בחר בנו, דארף ער שוין זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו, עכ"ל.
עס פעלט די ווארט "נישט"! וכצ"ל: דארף ער שוין נישט זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו.
====== די מעשה פון יאנקל הכהן איז זייער שיין אראפגעלייגט, ממש כאילו בעל השמועה עומד לנגדו, איך האב גארנישט געוואוסט אז דו ביסט א כהן...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 03:05 |
|
| |
דער חשוב'ער דיין האט היינט פארגעלערנט וועגן די 2 ברכות התורה, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו וואס מען זאגט איידער מען ליינט אינעם ס"ת, און די נאך ברכה פון אשר נתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו.
האב איך זיך דערמאנט א ווארט פונעם ערוך לנר (ביים סיום פון מס' כריתות) אויף די חילוקים צווישן די 2 ברכות.
ער זאגט אז עס זענען דא 2 חילוקים, 1) ביי די ערשטע ברכה זאגט מען את "תורתו", השי"ת'ס תורה, ווידער ביי די צווייטע רופט מען דאס אן "תורת אמת". 2) ביי די ערשטע ברכה זאגט מען נישט "וחיי עולם נטע בתוכינו" נאר ביי די צווייטע.
פארענטפערט ער דאס אזוי: די גמרא זאגט אין עבודה זרה, איידער דער מענטש לערנט, ווערט די תורה אנגערופן תורת ה', אזוי ווי עס שטייט כי אם בתורת ה' חפצו, ווידער נאכן לערנען הייסט עס שוין "תורתו", דעם מענטשן'ס תורה, ווי עס שטייט ובתורתו יהגה יומם ולילה.
מיט דעם וועט מען שוין פארשטיין פארוואס ביי די פאר ברכה רופט מען אן די תורה "תורתו", השי"ת'ס תורה, ווייל מיר האלטן נאך פארן לערנען קען דאס נאכנישט אנגערופן ווערן אויף אונזער נאמען, ווידער נאכן ליינען קען מען שוין זאגן "תורת אמת", ווייל עס איז שוין אונזער תורה.
דערפאר קען מען שוין ביים צווייטן ברכה בעטן אויף שכר, ווי מען זאגט "וחיי עולם נטע בתוכינו" וואס דאס גייט ארויף אויפן שכר וואס מען באקומט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, ווייל מען האלט דאך שוין נאכן לערנען איז שוין שייך צו בעטן די שכר וואס קומט אונז דערויף, משא"כ פארן לערנען קען מען נישט בעטן קיין שכר, זאגט מען סתם אשר בחר בנו וכו'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2006 05:58 |
|
| |
ייש"כ הרב קרעמער, דיינע הערות איז געוואלדיג, מ'דערקענט אז איר זענט א סאלידער תלמיד חכם, דער דאיען אגב חורפיה משבשתא, האט ער נישט געלערנט די רייד פון דעם משנ"ב, די תיקון טעות אין די ווערטע נישט, דארף איך טאקע פאררעכטן עי עס עי פי, און א גרויסן דאנק פאר די שיינע ווערטער און הוספות אויף די ברכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 05:41 |
|
| |
יישר כח סאכדעס/התאחדות פאר די הערליכע שיעורים, איך וויל נאר אויפמערקן דעם עולם אויף אן אינטערסאנטן לשיטתיה פונעם חשוב'ן דיין, דער דיין שרייבט ביי איין שיעור די פארגאנגענע וואך די פאלגענדע ווערטער:
יום ד תרומה ס"ו
האלטן מיר סימן קמא סעיף ב, זאגט דער מחבר, לא יקראו שנים, צוויי מענטשן זאלן נישט צוזאמען ליינען, אלא העולה קורא וש"צ שותק, נאר דער וואס איז עולה זאל ליינען און דער ש"ץ איז שטיל, או ש"צ קורא והעולה לא יקרא בקול רם, אדער זאל דער ש"ץ ליינען, דאס הייסט דער בעל קורא, און דער וואס איז עולה זאל זיין שטיל, ומכל מקום צריך הוא לקרות עם הש"צ, אבער דאס איז זיכער אז דער עולה זאל מיטזאגן שטיל מיט דעם בעל קורא, כדי שלא תהא ברכתו לבטלה, כדי זיין ברכה זאל נישט זיין פאר אומזיסט, אלא שצריך לקרות בנחת, אבער דער עולה זאל אכט געבן אז ער זאל ליינען אזוי שטיל, שלא ישמיע לאזניו, אויף א אופן אז ער זאל אליין זאל נישט הערן וואס ער ליינט, אזוי האלט דער מחבר. (דער רמא קריגט אויף דעם מחבר, און ער זאגט, ואפילו משמיע לאזניו ליכא למיחש, אפילו אויב דער עולה אליין הערט יא זיין אייגענע קול, איז נישט געפערליך, דלא עדיף מתפלה, ווייל דאס איז נישט ארגער פון תפלה, וואס מיר פסק'ענען אז סימעג זיין משמיע לאזניו, כדלעיל סימן ק"א, אזוי ווי סיווערט מבואר אין סימן קא) (דעת עצמו).
סעיף ג, זאגט דער מחבר, ויש נוהגים להעמיד מי שמקרא לעולה מלה במלה, סיז דא וואס פירן זיך אז מ'שטעלט איינעם וואס זאל פארליינען פאר דעם עולה ווארט ביי ווארט, ואחר שגומר המקרא המלה אומרה העולה, און נאכדעם וואס דער וואס זאגט פאר ענדיגט איין ווארט, זאל עס דער עולה איבער זאגן, דאס הייסט למשל די וואך, זאל דער מקרה זאגן ואתה תצוה, מיט די נקודות און די טעמים, און דער עולה זאגט נאך ואתה תצוה אזוי ווי דער מקרה האט איהם דאס פארגעזאגט.
איר באמערקט אויך ווי דער דיין הייבט אן אז עס איז מיטוואך תרומה, און ביי די פרשה פון די וואך שרייבט ער תצוה? דאס איז א געוואלדיגע לשיטתיה פונעם חשוב'ן דיין וועלכער האט שוין ארויסגעברענגט דעת קדשו מיט עטליכע וואכן צוריק אז "תרומה-תצוה" גייט ביי אים אינאיינעם...
וואס זאגן די חז"ל אויף המברר מקחו של צדיק? יה"ר שיתקיים ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 05:27 |
|
| |
איך געב א קוק און איך זעה גוט יא דער דאיען האט זיך באמיט פון בעלגיע האט ער געזאגט א שיעור הגם סיז נאר איינע לאמיר האפן אז סיעט קומען מערערע
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 05:52 |
|
| |
סאכדעס;
אזא גוטען אונטער-שלאק-שמש ווי דיר וואלט זיך יעדער דיין ומורה צדק און אפילו יעדער פשוט'ער איד געוואונטשן, אזוי געטריי צו זיין דיין בעל הבית, ממש לא זז ידו מתוך רגלו, כ'מיין עס איז ממש א יחיד במינו, ניעמאל געהערט ענליכס צו דעם.
איך ציטער אויב דאס גרעניצט זיך מיט בי-פאולער דיסארדער (אמאל געווען דא א שמועס דערוועגן, אין די געזונטע יארן), דו פארקערפערסט אין זיך אסאך...
עניוועי, זאג דעם דיין: א גרויסן יישר כח פארן היינטיגן שיעור, עס איז געווען אזוי געשמאק און שיין צולייגט, אז איך האב ממש נישט וואס אריינצופרעגן אדער אפצואווענדן.
א גוטע נאכט
|
|
|
|
|