ראטעוועט פון אונטערגאנג
א גוט יאר טייערע יודן!!!
אן קיינע הקדמות וויל איך גלייך צוגיין צום ענין.
איך וואלגער מיר שוין דא אין בעט פאר עטליכע חדשים, מיין קושן איז שוין אדורך געווייקט פון נאסע ווארעמע טראפעלעך טרערן, מיין קול איז שוין לאנג געשטיקט אזש איך האב שוין שיעור פארלוירן דעם לשון, אלעס איז ביי מיר צופארן און צוטומעלט, מיין קאפ ליגט מיר נישט אויפן פלאץ, מיין פוס האט אויך לעצטענס אנגעהויבן צו פאנפענען ער וואקט נישט געהעריג און ווען יא - איז עס מיט שמערצליכע דורעכגעשטאכענע יסורים נישט צום איבערטראגן, מיין קאפ איז שוין פארפוילט, אפילו מען וועט קראצען דערויף מיט סטיל וואל זיבן גיטע יאר וועט עס אויך גאר נישט אויפטאן, ווידער מיין האנט האט גראדע א געבורטס פעלער וואס איין האנט דאס איז דוכט זיך מיר די רעכטע אויב איך געדענק גיט איז עס לענגער פון די צווייטע מיט א אינטש צוויי.
א קיצור איך העל נישט מאריך זיין, די נאז מיינע הויבט מיר שוין אן צו גריצלען, האסט מער א גוטע נאכט.
און ווער עס קען מיר דא העלפן, אדער ווער עס ווייסט פון ווי מיין פראבלעמען קומען זאל טאן א טובה אין מיר ארויסהעלפן.
|
|