1) די מעסעדזשעס וואס קומען אויפן טעלעפאן, וואס ווערן אלץ מער און מער, עס האלט שוין היינט ביי מינימום 3 א יעדן איינציגן טאג! רופנדיג צו מסיבות פאר מוסדות וואס איך ווייס ניטאמאל וויאזוי מען לייגט אויס דעם נאמען דערפון.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
2) דער גוי מיטן הינטל וואס שפאצירט אדורך יעדן טאג אויף מיין בלאק, בשעת דער הינטל בילט און שפרינגט אויף ארויף, אריינברענגענדיג פחדים אין אלע קינדערלעך (און ערוואקסענע).
3) ווען מיין וויי-פיי לעשט זיך אויס אינמיטן א טיפן גוגעל-טאלק געשפרעך (מיט איינעם וואס איך קען נישט זיין טעלעפאן נומער... און כ'קען אים נישט אנרופן זיך אנטשולדיגן און אויפקלערן וואס עס האט פאסירט).
4) ווען איך ווארט אויף א וויכטיגע אימעיל, און עס שרייבט זיך אויף אז איך האב א פרישע בריוועלע, און איך גיי אריין געוואויר צו ווערן אז יאהו האט שוין ווידער עפעס אן אפפער.
5) ווען היידפארק כראפעצט מיט א פעסטקייט יעדע נאכט צווישן 11 און 12 ביינאכט בערך.