בית פורומים היימישע קרעטשמע

וויליאמסבורגער מיטגלידער קומט מיט מיר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2006 20:31 לינק ישיר 
וויליאמסבורגער מיטגלידער קומט מיט מיר

לאמיר אלע ארויסגיין אין די מאסן מנדב זיין בלוט פאר חולי ישראל ל"ע.

תרום דם תן חיים!

היינט נאכמיטאג, פון א האלבע שעה צוריק (איינס אזייגער) ביז ניין אזייגער אויפדערנאכט.

מי ראה את אלו יוצאים ולא יצא...



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2006 20:38 לינק ישיר 

ווען גייסטו גיין? איך וויל מיט גיין מיט דיר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/2/2006 20:40 לינק ישיר 

ווי נאר איך ענדיג דא אפ אפאר טעכנישע קלייניגקייטן (הודעות אויף די קרעטשמע, טרעפן מיין איי.די. און מיין סאושעל סעקיוריטי נומער...) פלאן איך ארויסצוגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2006 20:42 לינק ישיר 

וויאזוי זעהסטו אויס? וואזוי גייסטו אנגעטון?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/2/2006 20:53 לינק ישיר 

וואס נאך ווילסטו וויסן? קום און שוין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2006 20:57 לינק ישיר 

אקעי
ווען גייסטו



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/2/2006 20:59 לינק ישיר 

דו האלטסט מיר סתם אויף, איך בין שוין כמעט גרייט צו גיין, אבער ווען איך זעה נאך א בלינקעדיגע לעמפל און נאך איינס, מיין איך אז איינער וויל עפעס וויכטיג, און איך קער זיך צוריק נאר צו זען אז "וואטס אפ" איז שוין ווייטער נייגעריג עפעס צו וויסן.

(באלד דארף איך שוין נישט גיין, דו צאפסט מיר אויס די בלוט דא אין קרעטשמע..).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2006 23:46 לינק ישיר 

קרעמער איך בין אויף דעם וועג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2006 00:06 לינק ישיר 

קרעמער איך האב דיר געזעהן דארט...

די גייסט מיט א קורצן רעקל, די האסט מיר באמת אנטוישט...
דאס האב איך נישט געוויסט.

[מנהל אויב איז עס א שאלה פון גילי מעק עס אויס]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 01:25 לינק ישיר 

פורימדיג;

איך מעק עס נישט אויס, זאל יעדער זען ווי פורימדיג און 'קורצ'זיכטיג דו ביסט...

==

מיין איבערלעבעניש ביים געבן בלוט היינט נאכמיטאג אין קאנטינענטל


אנקומענדיג אהין בין איך מיט דרייסטע שריט אריינגעגאנגען, זייענדיג זיכער ביי מיר אז "איך" דער גרויסער גבור חיל האב זיך נישט וואס צו פארכטן, נע, קליינע בעיביס האבן מורא ווען דער דאקטער געט א נידעל, אבער איך???

אריינקומענדיג האב איך באמערקט אז עס מאנגעלט עפעס אין עסקנים, קיינער האט מיר נישט אויפגענומען ווי עס פאסט (חוצפה...), האב איך געטאן וואס די חז"ל זאגן: במקום שאין אנשים השתדל להיות איש, איך האב זיך אליינס אויסגעטאן דאס מאנטל מיטן רעקל, און צוגעגאנגען צו די אויטאריטעטן און פארלאנגן אן אפליקאציע.

דאן איז איינער צוגעקומען פרעגן אויב איך ברויך הילף אויסצושטעלן דעם גאנצן צעטל מיט זיבעציג פראגעס (בערך), פארשטייט זיך אז איך האב אים אפגעזאגט, איך בין נישט קיין כולל אינגערמאן אדער ישיבה בחור וואס ווייסט נישט אויף וועלכן זייט מען הייבט אן צו ליינען אביסעלע ענגליש..

אגב, רוב חברה דארט זענען געווען כולל אינגעלייט (די ארבייטער זענען דאך אין דער ארבעט געווענליך אין די צייט), נאר איין צוויי מיטליעריגע אידן האב איך דארט באגעגנט.

הכלל, איך פיל אויס דעם פראגע בויגן (רוב שאלות זענען ב"ה נישט נוגע פאר אנשי שלומינו וד"ל), געב דאס צוריק פאר די אינסטאנצן, דאן מעסט מען מיר די פיבער (97 פוינט עפעס), די בלוט דרוק און די ווייסעך וואס, איך שטעל זיך פאר אז אלעס איז גוט געווען, ווייל ווען נישט וואלט מען מיר גלייך אהיימגעשיקט אדער אריינגעפירט...

עניוויי, דער שחור האט מיר געבעטן צוגיין צום טישל און כאפן א גלעזל מאראנצן זאפט, וכן הוה.

דאן איז געקומען אויף מיר די רייע געשטאכן צו ווערן...

המשך יבא - כ'ברויך לויפן צו מנחה-מעריב



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וויליאמסבורגער מיטגלידער קומט מיט מיר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext