| נשלח ב-23/2/2006 05:54 |
|
| |
== פרשת משפטים ==
אזוי ווי מיין ביינאכט חברותא איז היינט נישט געקומען (פשוט אלס נקמה ווייל היינט פארטאגס האב איך אים געלאזט ווארטן אליין..) האב איך אביסל אדורכגעלערנט די חומש רש"י פון פרשת משפטים (איי איי ווער געדענקט נאך די פחד און די ספעציעלע "משפטים פיבער" וואס מיר פלעגן פעלשן יעדע יאר דאנערשטאג משפטים?).
איך האב באמערקט זייער אן אינטערסאנטע פשט אויף די פסוק עזוב תעזוב עמו. די פשוט'ע פשט איז, ווי רש"י זאגט העלף אים ארויס, אבער די תרגומים (אונקלוס און יונתן) זאגען א געוואלדיגע פשט, דער פסוק רעדט זיך דאך ווען מען זעט די אייזל פונעם שונא, זאגט מיר די תורה: עזוב לאז אפ די שנאה וואס דו האסט ביי דיר אין הארץ אויף יענעם, און תעזוב עמו זיי מוחל העלף אים ארויס פון זיין צרה!
די פשט איז מיר זייער געפאלן, כ'מיין אז איך האב עס נאך קיינמאל נישט געהערט בעפאר, און איך האב גלייך געקלערט אז איך וועל מיט דעם מהנה זיין דעם חשוב'ן ציבור אין די קרעטשמע.
*
אגב, די וואך איז באקאנט אז דער אבן עזרא שרייבט א שארפן אויסדרוק אויף א געוויסן מפרש וואס האט געזאגט אז כי יגח שור איש את שור רעהו טייטשט אזוי: ווען איין אקס וועט שטויסן זיין חבר, דעם אנדערן אקס. זאגט דער אבן עזרא: אין לשור ריע רק בן זוטא לבדו [אן אקס האט נישט קיין חבר, נאר דעם בן זוטא אליין, דאס איז די נאמען פון דעם מפרש] עכ"ל.
האב איך צוגעשריבן אין מיין "המאור" חומש (די בעסטע דרוק וואס איז נאר פארהאנען אין די וועלט, לעניית דעתי) א הגה, אז מיר געפונען יא אויף עטליכע פלעצער אז בהמות האבן חברים! זעה אין בבא קמא (מ"ח ע"ב) שרייבט די משנה שור שהיה מתכוין לחבירו, אזוי שרייבט אויך רש"י אין ב"ק (נ"ג ע"א) דהא חבירו דחפו עכ"ל.
איך גלייב שווער אז די חילוק כאפט צווישן דעם אויסרוק "רעהו" אדער "חבירו", אדרבה, אויב איינער האלט אנדערש, זאל ער מיר מודיע זיין.
שפעטער האב איך געהערט א שיעור פון א גרויסן גאון, האט ער אויך געפרעגט פון א גמרא אין מנחות (ט"ו ע"ב) וואס דארט שטייט חבירו כבש עיי"ש.
שוין, וואטס-אפ, ס'דא אן אשכול אויף פרשת משפטים, אבער וויאזוי האסטו געוואוסט אז עס איז פרשת יתרו??
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 21:29 |
|
| |
אזוי ווי איך האב ערהאלטן א בריוו אין תיבה אישית פון איינער וואס האט ווייזט אויס נישט געהעריג געכאפט דעם פשט פון "בן זוטא", וועל איך דאס פרובירן מסביר זיין.
אין פסוק שטייט: כי יגח שור איש את שור רעהו, קען מען דאס טייטשן אויף 2 וועגן, 1) ווען אן אקס פון איין מענטש וועט שטויסן דעם אקס פון זיין חבר, [לויט דעם פשט גייט די ווארט "רעהו" ארויף אויפן "איש", דער חבר פונעם מענטש], אבער מען קען אויך טייטשן אנדערש 2) ווען איין אקס וועט שטויסן דעם אקס זיין חבר, [דאן גייט די ווארט "רעהו" ארויף אויפן "שור", כאילו אקסן פארמאגן פריינט].*:namespace prefix = o />
בן זוטא האט געטייטשט ווי פשט נומער 2, און דער אבן עזרא האט געהאלטן אז אקסן האבן נישט קיין חברים, דערפאר טייטשט ער דאס ווי פשט נומער 1.
פארשטאנתם?
תוקן על ידי - קרעמער - 23/02/2006 21:29:00
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 21:35 |
|
| |
א גרויסן ישר כח. הרה"ג ר' קרעמער שליט"א...
אזוי קוקענדיג אויפן טריפענעם אינטערנעט קען מען אריין כאפן אביסל לערנען...
סאל זיין צו מיצבע....
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 22:09 |
|
| |
ביי מיר האט פאסירט עפעס ענליכס, איך און מיין חבר זעמיר נישט אנגעקומען.
תוקן על ידי - נאטורליך - 23/02/2006 22:13:58
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 23:05 |
|
| |
נאטירלעך.
איך האב געמיינט אז די רעדטס פין א צווייטע זאך וואס עס איז געווען ענליך ביי דיר, אז די האסט אויך געשטויסן דיין חבר א צווייטע אקס [שור]
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 16:49 |
|
| |
קרעמער, דיין קשיא איז אינגאנצען נישט שווער. חבירו איז א לשון וואס ווערט כסדר באנוצט אויף
די אויסדרוק אין אידיש "ענליכס". רש"י זאגסט אויף כמה מקומות "וחבירו במנחות" וכדו'. דאס
הייסט אז ענליך געפונען מיר אין מס' מנחות. און דאס זעלבע איז מיט רעהו. אין די תורה זעה מיר
ביי די לילאות אין משכן די אויסדרוק.
ווען די פסוק זאל זאגן כי יגח שור איש את רעהו, וואלט אלעס געשטימט. ער האט געשטויסן זיין ענליכס.
אבער ווען די פסוק זאגט שוין אז ער האט געשטויסן א צווייטע אקס, וואו קומט דא אריין רעהו?,
אין אידיש שטייט דא: א אקס האט געשטויסן אן אנדערע אקס זיין חבר. דער אבן עזרא'ס קשיא איז א
קושיא חותכת! וואס וויל דא די תורה מיט רעהו? עס שטייט שוין ער האט געשטויסן אן אנדערע אקס.
וואס חבר ווען חבר? וואס ענליכס ווען ענליכס?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2006 18:06 |
|
| |
חייםושלום;
איך וועל דיר מעתיק זיין די גאנצע שטיקל פונעם אבן עזרא מיט די טייטש (וויאזוי איך פארשטיי עס):
עס שטייט אין פסוק וכי יגף (שור איש את שור רעהו), זאגט דער אבן עזרא אזוי: אמר בן זוטא בן זוטא זאגט כי רעהו תואר לשור אז דאס וואס עס שטייט אין פסוק "רעהו" גייט ארויף אויפן אקס, אז איין אקס האט געשטויסן דעם צווייטן אקס "זיין חבר", ולא ראה כי "שור איש" סמוך הוא, וכן הוא "שור רעהו" ער האט פארזעהן אז "שור איש" גייט אינאיינעם, דער שור פונעם איש, און אזוי אויך "שור רעהו" מיינט דער שור פונעם חבר, און נישט דער שור "דער" חבר. [דער אבן עזרא פירט אויס] ואין לשור ריע רק בן זוטא לבדו אן אקס האט נישט קיין חבר, אויסער בן זוטא... עכ"ל הנוגע לענינינו.
אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט - און שפעטער האב איך דאס געהערט אין א שיעור פון א גרויסן גאון זצ"ל - אז מיר געפונען יא אויף עטליכע פלעצער די אויסדרוק "חבר" ביי בעלי חיים.
מילא דאס וואס דו ענטפערסט אז חבירו מיינט 'ענליך', פיין. אבער דיין פשט אין אבן עזרא הויב איך נישט אן צו פארשטיין.
|
|
|
|
|